Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 36

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון ה׳, פֿון דָוִדן.

2 די זינד רעדט צום רשע קלער איך אין האַרצן;

נישטאָ ג-טס מורא פֿאַר זײַנע אױגן.

3 װאָרעם צו פֿיל חַנפֿעט זי אים אין זײַנע אױגן,

אַז ער זאָל קענען פֿײַנט האָבן זײַן פֿאַרברעך.

4 די װערטער פֿון זײַן מױל זײַנען אומרעכט און באַטרוג,

ער האָט אױפֿגעהערט פֿאַרשטײן צו טאָן גוטס.

5 אומרעכט טראַכט ער אױף זײַן געלעגער,

ער שטײט אױפֿן נישט גוטן װעג,

דאָס בײז װערט אים נישט נמאס.

6 ה׳, ביז אין די הימלען איז דײַן חֶסֶד,

דײַן טרײַשאַפֿט ביז די װאָלקן.

7 דײַן גערעכטיקײט איז װי די מאַכטיקע בערג,

דײַנע משפּטים װי דער גרױסער תּהום;

מענטשן און בהמות טוסטו העלפֿן, ה׳.

8 װי טײַער איז דײַן חֶסֶד, אלֹקים,

און די מענטשנקינדער שיצן זיך

אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען.

9 זײ זעטן זיך מיט דער פֿעטקײט פֿון דײַן הױז,

און פֿון דעם טײַך פֿון דײַנע תּענוגים טרינקסטו זײ אָן.

10 װאָרעם בײַ דיר איז דער קװאַל פֿון לעבן,

אין דײַן ליכט זעען מיר ליכטיקײט.

11 צי אױס דײַן חֶסֶד צו די װאָס קענען דיך,

און דײַן גערעכטיקײט צו די רעכטפֿאַרטיקע הערצער.

12 זאָל נישט צוקומען צו מיר דער פֿוס פֿון גאװה,

און די האַנט פֿון רשעים זאָל מיך נישט פֿאַרװאָגלען.

13 אָן זײַנען געפֿאַלן די טוער פֿון אומרעכט,

זײ זײַנען אַנידערגעשטױסן, און קענען נישט אױפֿשטײן.

Veja também