Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 147

1 הַלְלוּ יָהּ;

װאָרעם גוט איז זינגען צו אלוקינו,

װאָרעם עס איז ליבלעך;

שײן איז דאָס לױבן.

2 ה׳ בױט ירושָלַיִם,

די פֿאַרשטױסענע פֿון יִשׂרָאֵל װעט ער אײַנזאַמלען;

3 דער װאָס הײלט די צעבראָכענע הערצער,

און פֿאַרבינדט זײערע װוּנדן.

4 ער צײלט דעם מיספּר פֿון די שטערן,

זײ אַלע מיט נעמען רופֿט ער אָן.

5 גרױס איז אונדזער האַר און מאַכטיק אין כּוֹח,

נישטאָ קײן שיעור צו זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

6 ה׳ ריכט אױף די געדריקטע,

ער דערנידערט די רשעים ביז דער ערד.

7 זינגט צו ה׳ מיט לױב-געזאַנג,

שפּילט צו אלוקינו אױף דער האַרף.

8 דער װאָס באַדעקט דעם הימל מיט װאָלקנס,

װאָס ברײט אָן רעגן פֿאַר דער ערד,

װאָס באַשפּראָצט די בערג מיט גראָז.

9 ער גיט דער בהמה איר שפּײַז,

די קינדער פֿון ראָב װאָס רופֿן.

10 נישט די גבֿורה פֿון דעם פֿערד באַגערט ער,

נישט די שענקלען פֿון דעם מאַן װיל ער.

11 ה׳ װיל די װאָס פֿאָרכטן אים,

די װאָס האַרן אױף זײַן חֶסֶד.

12 גיב אַ שבֿח צו ה׳, ירושָלַיִם,

לױב דײַן ג-ט, צִיוֹן.

13 װאָרעם ער האָט געשטאַרקט די ריגלען פֿון דײַנע טױערן,

ער האָט געבענטשט דײַנע קינדער אין דיר;

14 דער װאָס גיט דײַן געמאַרק שלום,

דיך זעטיקט מיט פֿעטס פֿון װײץ;

15 דער װאָס שיקט זײַן אָנזאָג אױף דער ערד –

אױף גיך לױפֿט זײַן װאָרט;

16 דער װאָס גיט שנײ אַזױ װי װאָל,

פֿראָסט װי אַש טוט ער שפּרײטן.

17 ער װאַרפֿט זײַן אײַז אַזױ װי ברעקלעך;

פֿאַר זײַן קעלט, װער קען באַשטײן?

18 ער שיקט זײַן װאָרט, און מאַכט זײ צעגײן;

ער מאַכט בלאָזן זײַן װינט, רינען װאַסערן.

19 ער זאָגט זײַנע װערטער צו יעקבֿ,

זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן צו יִשׂרָאֵל.

20 ער האָט אַזױ נישט געטאָן צו קײן פֿאָלק,

און געזעצן, דערפֿון װײסן זײ נישט.

הַלְלוּ יָהּ.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.