1 פֿון דָוִדן; װען ער האָט געביטן זײַן שׂכל פֿאַר אַבֿימֶלֶכן, און ער האָט אים אַרױסגעטריבן, און ער איז אַװעק.
2 איך בענטש ה׳ אין יעטװעדער צײַט,
תּמיד איז זײַן לױב אין מײַן מױל.
3 מיט ה׳ רימט זיך מײַן זעל;
די געדריקטע װעלן הערן און זיך פֿרײען.
4 גרײסט ה׳ מיט מיר,
און לאָמיר דערהײבן זײַן נאָמען אין אײנעם.
5 איך האָב געזוכט ה׳, און ער האָט מיר געענטפֿערט,
און פֿון אַלע מײַנע שרעקענישן האָט ער מיך מציל געװען.
6 זײ האָבן געקוקט צו אים, און האָבן אױפֿגעלוכטן,
און זײערע פּנימער װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן.
7 אָט האָט אַן אָרעמאַן גערופֿן, און ה׳ האָט צוגעהערט,
און פֿון אַלע זײַנע צרות אים געהאָלפֿן.
8 דער מלאך פֿון ה׳ לאַגערט אַרום זײַנע פֿאָרכטער,
און ער טוט זײ דערלײזן.
9 באַטראַכט און זעט אַז ה׳ איז גוט;
װױל צו דעם מאַן װאָס שיצט זיך אין אים.
10 פֿאָרכט ה׳, איר זײַנע הײליקע,
װאָרעם זײַנע פֿאָרכטער װעט נישט פֿעלן.
11 יונגלײבן דאַרן און הונגערן,
אָבער די װאָס זוכן ה׳ פֿעלט נישט כָּל-טובֿ.
12 קומט, קינדער, הערט מיר צו,
מורא פֿאַר ה׳ װעל איך אײַך לערנען.
13 װער נאָר אַ מאַן װאָס װיל לעבן,
װאָס גאַרט טעג צו זען גוטס,
14 היט דײַן צונג פֿון שלעכטס,
און דײַנע ליפּן פֿון רעדן באַטרוג.
15 קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס,
זוך שלום און יאָג זיך נאָך אים.
16 די אױגן פֿון ה׳ זײַנען אױף די צדיקים,
און זײַנע אױערן אױף זײער געשרײ.
17 דער פּנים פֿון ה׳ איז קעגן די שלעכטסטוער.
צו פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש.
18 זײ האָבן געשריִען, און ה׳ האָט זײ צוגעהערט,
און פֿון אַלע זײערע צרות זײ מציל געװען.
19 ה׳ איז נאָנט צו די צעבראָכענע הערצער,
און די דערשלאָגענע געמיטער טוט ער העלפֿן.
20 פֿיל זײַנען די אומגליקן פֿון צדיק,
אָבער פֿון זײ אַלע װעט אים מציל זײַן ה׳.
21 ער היט אָפּ אַלע זײַנע בײנער,
נישט אַן אײנציקער פֿון זײ װערט צעבראָכן.
22 דעם רשע װעט טײטן דאָס בײז,
און די שָׂונאים פֿון צדיק װעלן פֿאַרװיסט װערן.
23 ה׳ לײזט אױס די זעל פֿון זײַנע קנעכט,
און נישט פֿאַרװיסט װערן װעלן אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.