Pular para o conteúdo
Publicidade

Beleza

Por Bíblia Online

A verdadeira beleza vem de dentro. A Bíblia ensina que o encanto é enganoso e a formosura é vã, mas a mulher que teme ao Senhor — essa sim merece louvor.

חן איז אַן אָפּנאַר, און שײנקײט איז נישטיק,

אַ ג-טספֿאָרכטיקע װײַב, זי זאָל גערימט װערן.

האָט ה׳ געזאָגט צו שמוּאֵלן: זאָלסט נישט קוקן אױף זײַן אױסזען, און אױף זײַן הױכן װוּקס, װאָרעם איך װיל אים נישט; װאָרעם עס איז נישט װי דער מענטש זעט; װײַל דער מענטש זעט נאָכן אָנבליק, אָבער ה׳ זעט נאָכן האַרצן.

װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן מײַנע נירן,

האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.

איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;

װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,

און מײַן זעל װײס דאָס װױל.

ביסט אין גאַנצן שײן, געליבטע מײַן,

און קײן פֿעלער איז אין דיר נישטאָ.

און אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין זײַן געשטאַלט;

אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים האָט ער אים באַשאַפֿן;

אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן.

שטײ אױף, לײַכט אױף, װאָרעם דײַן ליכט איז געקומען,

און די פּראַכט פֿון ה׳ שײַנט אױף איבער דיר.

פֿאַרטריקנט װערט דאָס גראָז,

פֿאַרװעלקט װערט די בלום,

אָבער דאָס װאָרט פֿון אלוקינו װעט אױף אײביק באַשטײן.

Seja o primeiro