O que é bom
O que é bom vem de Deus. A Bíblia celebra a bondade divina e nos convida a discernir, praticar e desfrutar tudo o que é bom — porque toda boa dádiva vem do Pai das luzes.
און אלֹקים האָט געזען אַלץ װאָס ער האָט געמאַכט, און עס איז זײער גוט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, דעם זעקסטן טאָג.
גוט און רעכטפֿאַרטיק איז ה׳,
דערום אױסלערנט ער די זינדיקע דעם װעג.
אָבער איך – די נאָנטקײט פֿון אלֹקים איז מײַן גוטס,
איך האָב געמאַכט אין אֲדֹנָי ה׳ מײַן באַשיצונג,
כּדי צו דערצײלן װעגן אַלע דײַנע װערק.
אַ מיזמור; אַ געזאַנג פֿאַר דעם טאָג פֿון שבת.
גוט איז צו לױבן ה׳,
און זינגען צו דײַן נאָמען, דו עליון;
צו דערצײלן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד
און דײַן טרײַשאַפֿט אין די נעכט,
װאָרעם ה׳ איז גוט,
אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד,
און ביז דור-דורות זײַן טרײַשאַפֿט.
אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן
זע, װי גוט און װי ליב
איז דאָס זיצן פֿון ברידער בײַנאַנד.
װאָרעם אַ גוטע לערע גיב איך אײַך,
איר זאָלט מײַן תּורה נישט פֿאַרלאָזן.
אַ מענטש האָט פֿרײד פֿון דעם ענטפֿער פֿון זײַן מױל,
און אַ װאָרט אין דער צײַט – װי גוט דאָס איז!
עס, מײַן זון, האָניק, װײַל עס איז גוט,
און האָניקזאַפֿט װאָס איז זיס פֿאַר דײַן גומען;
אַזױ, זײַ װיסן, איז חכמה פֿאַר דײַן זעל,
אַז דו האָסט זי געפֿונען װעט זײַן אַ גוטע לעצט,
און דײַן האָפֿענונג װעט נישט פֿאַרשניטן װערן.
גוט איז חכמה מיט אַ נחלה, און אַ מעלה פֿאַר די װאָס זעען די זון.
גוט איז ה׳ צו די װאָס האַרן אױף אים,
צו דער זעל װאָס טוט אים זוכן.
גוט איז מע זאָל האַרן אַ פֿאַרשװיגענער
אױף דער ישועה פֿון ה׳.
מע האָט דיר אָנגעזאָגט, מענטש, װאָס איז גוט,
און װאָס ה׳ פֿאַרלאַנגט פֿון דיר:
נאָר בלױז טאָן גערעכטיקײט און ליב האָבן גענאָד,
און אומגײן שטיל פֿאַר דײַן ג-ט.