Ensinar
Ensinar é mandamento e dom. A Bíblia exorta pais, líderes e mestres a transmitir a verdade divina com fidelidade, paciência e sabedoria para as próximas gerações.
Ensinar a Palavra
Toda Escritura é útil para ensinar. Quem ouve as palavras de Jesus e as pratica é como o homem sábio que construiu sobre a rocha.
די שפּריכװערטער פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל;
כּדי צו װיסן חכמה און מוסר,
צו פֿאַרשטײן די װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט;
צו נעמען דעם מוסר פֿון קלוגשאַפֿט,
גערעכטיקײט און רעכט און יושר;
צו געבן די נאַרן געשײַטקײט,
דעם יונגן קענשאַפֿט און געדאַנקען;
דער חכם זאָל הערן און מערן לערנונג,
און דער פֿאַרשטאַנדיקער זאָל קריגן תּחבוּלות;
צו פֿאַרשטײן אַ שפּריכװאָרט און אַ מליצה,
די װערטער פֿון די חכמים און זײערע רעטענישן.
דער אָנהײב פֿון קענשאַפֿט איז מורא פֿאַר ה׳,
אָבער די נאַרן פֿאַראַכטן חכמה און מוסר.
Instruir as gerações
Ensina a criança nos caminhos de Deus. A geração que não conhece o Senhor perde a herança espiritual da fé.
און זאָלסט ליב האָבן ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, און מיט דײַן גאַנצן כּוֹח. און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.
הער צו, מײַן זון, דעם מוסר פֿון דײַן פֿאָטער,
און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער;
װאָרעם אַ קראַנץ פֿון חן װעלן זײ זײַן פֿאַר דײַן קאָפּ,
און האַלדזבענדער פֿאַר דײַן האַלדז.
היט, מײַן זון, דאָס געבאָט פֿון דײַן פֿאָטער,
און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער.
בינד זײ אױף דײַן האַרצן תּמיד,
קניפּ זײ אױף דײַן האַלדז.
אַז דו װעסט גײן, װעט עס דיך פֿירן,
אַז דו װעסט זיך לײגן, װעט עס דיך היטן,
און אַז דו װעסט זיך אױפֿכאַפּן, װעט עס רעדן צו דיר.
װאָרעם דאָס געבאָט איז אַ ליכט, און די לערנונג אַ ליכטיקײט,
און דער װעג פֿון לעבן זײַנען שטראָפֿרײד פֿון מוסר;
קױף חכמה, קױף פֿאַרשטאַנדיקײט; זאָלסט נישט פֿאַרגעסן,
און זיך נישט אָפּנײַגן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל.
זאָלסט זי נישט פֿאַרלאָזן, און זי װעט דיך באַהיטן,
האָב זי ליב, און זי װעט דיך אױפֿפּאַסן.
דער אָנהײב פֿון חכמה איז: קױף חכמה,
יאָ, מיט דײַן גאַנצן אײגנס קױף פֿאַרשטאַנדיקײט.
האַלט זי הױך, און זי װעט דיך דערהײבן;
זי װעט דיר אָנטאָן כּבֿוד, אַז דו װעסט זי האַלדזן.
האַלט זיך אָן מוסר, זאָלסט נישט אָפּלאָזן,
היט דאָס אָפּ, װאָרעם דאָס איז דײַן לעבן.
אין שטעג פֿון די רשעים זאָלסטו נישט קומען,
און נישט טרעטן אין װעג פֿון די שלעכטע.
מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ,
װאָרעם פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.
טו אָפּ פֿון דיר אַ קרום מױל,
און פֿאַרקערטע ליפּן דערװײַטער פֿון דיר.
דײַנע אױגן זאָלן קוקן אַנטקעגן,
און דײַנע ברעמען זאָלן בליקן גלײַך פֿאַר דיר.
האַלט גלײַך דעם שטעג פֿון דײַנע פֿיס,
און אַלע דײַנע װעגן זאָלן זײַן ריכטיק.
זאָלסט זיך נישט נײַגן רעכטס אָדער לינקס,
טו אָפּ דײַן פֿוס פֿון שלעכטס.
די לערנונג פֿון דעם חכם איז אַ קװאַל פֿון לעבן,
זיך אָפּצוקערן פֿון די נעצן פֿון טױט.
דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר ה׳,
און די דערקענונג פֿון דעם הײליקן איז פֿאַרשטאַנדיקײט.
אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן.
פֿאַרנעם, מײַן פֿאָלק, מײַן לערנונג,
נײַגט אײַער אױער צו די װערטער פֿון מײַן מױל.
איך װעל עפֿענען מיט אַ משל מײַן מױל,
איך װעל רעדן רעטענישן פֿון פֿאַרצײַטן.
װאָס מיר האָבן געהערט און מיר װײסן,
און אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט,
װעלן מיר נישט פֿאַרהױלן פֿון זײערע קינדער;
דערצײלנדיק דעם שפּעטערדיקן דור
די לױבן פֿון ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן.
און אױך יענער גאַנצער דור איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַנע עלטערן, און אַן אַנדער דור איז אױפֿגעשטאַנען נאָך זײ, װאָס האָבן נישט געקענט ה׳, און נישט די טואונג װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר יִשׂרָאֵל.
Fidelidade no ensino
Quem ensina com fidelidade merece dupla honra. Cuidado com doutrinas falsas — permaneçam na doutrina de Cristo.