Aliança
A aliança é o modo como Deus se relaciona com seu povo. Da aliança com Noé à Nova Aliança em Cristo, Deus se compromete com amor e fidelidade irrevogáveis.
Alianças com Israel
Deus firmou aliança com Abraão, Moisés e Davi. No arco-íris, na lei, nas promessas — Ele é o Deus da aliança.
און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן און צו זײַנע זין מיט אים, אַזױ צו זאָגן: און איך, זע, איך באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און מיט אײַער זאָמען נאָך אײַך, און מיט יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער חיה פֿון דער ערד מיט אײַך, פֿון די אַלע װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, אַלע לעבעדיקע זאַכן פֿון דער ערד. און איך װעל באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און עס װעלן מער נישט פֿאַרשניטן װערן אַלע לײַבער פֿון אַ מבול-געװיסער, און עס װעט מער נישט זײַן קײן מבול אומצוברענגען די ערד. און אלֹקים האָט געזאָגט: דאָס איז דער צײכן פֿון דעם ברית װאָס איך מאַך צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, אױף אײביקע דורות: מײַן בױגן האָב איך אַרײַנגעטאָן אין װאָלקן, און ער װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון ברית צװישן מיר און צװישן דער ערד.
און איך װעל באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און עס װעלן מער נישט פֿאַרשניטן װערן אַלע לײַבער פֿון אַ מבול-געװיסער, און עס װעט מער נישט זײַן קײן מבול אומצוברענגען די ערד.
מײַן בױגן האָב איך אַרײַנגעטאָן אין װאָלקן, און ער װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון ברית צװישן מיר און צװישן דער ערד.
אין יענעם טאָג האָט ה׳ געשלאָסן אַ ברית מיט אַבֿרמען, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען האָב איך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, פֿון דעם טײַך פֿון מִצרַיִם ביז דעם גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת; דעם קֵיני, און דעם קנִזי, און דעם קַדמוני, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און די רפֿאים, און דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם גִרגָשי, און דעם יבֿוסי.
איז אַבֿרם געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און אלֹקים האָט מיט אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: איך – זע, מײַן ברית װעט זײַן מיט דיר, און װעסט זײַן דער פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער. און דײַן נאָמען זאָל מער נישט גערופֿן װערן אַבֿרם, נאָר דײַן נאָמען זאָל זײַן אבֿרהם; װאָרעם פֿאַר דעם פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט. און איך װעל דיך פֿרוכפּערן זײער און זײער, און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר פֿעלקער, און מלכים װעלן אַרױסגײן פֿון דיר. און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן ברית צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות, פֿאַר אַן אײביקן ברית, צו אײַך צו זײַן דײַן אלֹקים און צו דײַן זאָמען נאָך דיר. און איך װעל געבן דיר און דײַן זאָמען נאָך דיר דאָס לאַנד פֿון דײַן װױנשאַפֿט, דאָס גאַנצע לאַנד כּנַעַן, פֿאַר אַן אײביקן אײגנטום; און איך װעל זײַן זײער אלֹקים. און אלֹקים האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: דו אָבער זאָלסט היטן מײַן ברית, דו און דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות. דאָס איז מײַן ברית װאָס איר זאָלט היטן צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר: בײַ אײַך זאָל געמַלט װערן איטלעכער מאַנספּאַרשױן. און איר זאָלט געמַלט װערן אין דעם פֿלײש פֿון אײַער פֿאָרהױט, און עס װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון ברית צװישן מיר און צװישן אײַך.
און אױפֿן פֿערצנטן יאָר איז געקומען כּדָרלעומֶר און די מלכים װאָס מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן די רפֿאים אין עַשתּרות-קַרנַיִם, און די זוזים אין הָם, און די אֵימים אין שָוֵה-קִריָתַיִם,
און אַצונד, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַן קֹול, און איר װעט היטן מײַן ברית, װעט איר זײַן מײַן באַזונדער אײגנס פֿון צװישן אַלע אומות; װאָרעם צו מיר געהערט די גאַנצע ערד.
און איך װעל מאַכן דײַן געמאַרק פֿון ים-סוףֿ און ביז דעם ים פֿון די פּלִשתּים, און פֿון מדבר ביזן טײַך; װאָרעם איך װעל געבן אין אײַער האַנט די באַװױנער פֿון לאַנד, און װעסט זײ פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר. זאָלסט נישט שליסן אַ ברית מיט זײ און מיט זײערע ג-טער.
האָט ער געזאָגט: זע, איך פֿאַרשנײַדן אַ בונד; אַנטקעגן פֿאַר דײַן גאַנצן פֿאָלק װעל איך טאָן װוּנדער װאָס זײַנען נישט באַשאַפֿן געװאָרן אױף דער גאַנצער ערד, און צװישן אַלע אומות; און דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס דו ביסט צװישן אים, װעט זען די טוּונג פֿון ה׳ װאָס איך טו מיט דיר, אַז זי איז פֿאָרכטיק.
און ער איז דאָרטן געװען מיט ה׳ פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָט ער נישט געגעסן, און קײן װאַסער האָט ער נישט געטרונקען. און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף די לוחות די װערטער פֿון דעם ברית, די צען געבאָט.
און ער איז דאָרטן געװען מיט ה׳ פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָט ער נישט געגעסן, און קײן װאַסער האָט ער נישט געטרונקען. און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף די לוחות די װערטער פֿון דעם ברית, די צען געבאָט.
און ער האָט אײַך אָנגעזאָגט זײַן ברית װאָס ער האָט אײַך באַפֿױלן צו טאָן – די צען געבאָט; און ער האָט זײ אױפֿגעשריבן אױף צװײ שטײנערנע לוחות.
דערום זאָלסטו װיסן זײַן אַז ה׳ דײַן ג-ט, ער איז האלֹקים, דער געטרײַער אֵל װאָס היט דעם ברית און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב, און צו די װאָס היטן זײַנע געבאָט, ביז טױזנט דורות,
Alianças renovadas
O povo renovava a aliança diante do Senhor. A fidelidade de Deus permanece mesmo quando o povo falha.
און עס איז געװען, װי דאָס פֿאָלק האָט געצױגן פֿון זײערע געצעלטן אַריבערצוגײן דעם יַרדן, מיט די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ברית, פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, און װי די טרעגער פֿון אָרון זײַנען געקומען ביזן יַרדן, און די פֿיס פֿון די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, האָבן זיך אײַנגעטונקט אין ברעג װאַסער – װאָרעם דער יַרדן איז פֿול איבער אַלע זײַנע ברעגן אַלע טעג פֿון שניט – אַזױ האָבן די װאַסערן, װאָס נידערן אַראָפּ פֿון אױבן, זיך אָפּגעשטעלט; זײ זײַנען געבליבן שטײן אין אײן הױפֿן, זײער װײַט פֿון דער שטאָט אָדָם װאָס לעבן צָרתָן; און די װאָס נידערן אַראָפּ צו דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, זײַנען אין גאַנצן פֿאַרשניטן געװאָרן; און דאָס פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן יריחוֹ. און די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, זײַנען געשטאַנען פֿעסט אױף טריקעניש אין מיטן יַרדן; און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען אַריבערגעגאַנגען אױף טריקעניש, ביז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן דעם יַרדן.
און יהוֹיָדָע האָט געשלאָסן אַ ברית צװישן ה׳ און צװישן דעם מלך און דעם פֿאָלק, צו זײַן דאָס פֿאָלק פֿון ה׳; אױך צװישן דעם מלך און צװישן דעם פֿאָלק.
און דער מלך האָט זיך געשטעלט אױף אַ בימה, און ער האָט געשלאָסן אַ ברית פֿאַר ה׳, צו גײן נאָך ה׳, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע צײגנים און זײַנע געזעצן מיטן גאַנצן האַרצן און מיט דער גאַנצער זעל, מקײם צו זײַן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך. און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז צוגעשטאַנען אונטער דעם ברית.
איז דער מלך יהוֹרָם אַרױסגעגאַנגען אין יענעם טאָג פֿון שוֹמרוֹן, און האָט איבערגעצײלט גאַנץ יִשׂרָאֵל. און ער איז געגאַנגען און האָט געשיקט צו יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: דער מלך פֿון מוֹאָבֿ האָט װידערשפּעניקט אָן מיר; װעסטו גײן מיט מיר אַקעגן מוֹאָבֿ אױף מלחמה? האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױפֿגײן; אַזױ װי דו אַזױ איך; אַזױ װי דײַן פֿאָלק אַזױ מײַן פֿאָלק; אַזױ װי דײַנע פֿערד אַזױ מײַנע פֿערד.
און יהוֹנָתָן האָט געשלאָסן אַ ברית מיט דעם הױז פֿון דָוִדן: זאָל ה׳ אױפֿמאָנען פֿון דער האַנט פֿון דָוִדס פֿײַנט! און יהוֹנָתָן האָט װידער באַשװאָרן דָוִדן בײַ זײַן ליבשאַפֿט צו אים, װאָרעם ליב װי זײַן זעל האָט ער אים ליב געהאַט.
פּינְחס
און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: פּינְחס דער זון פֿון אֶלעָזָר, דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, האָט אָפּגעקערט מײַן גרימצאָרן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל מיט װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון מײַנעטװעגן צװישן זײ, און איך האָב נישט פֿאַרלענדט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין מײַן קִנְאָה. דערום זאָג: זע, איך גיב אים מײַן ברית פֿון שלום. און עס זאָל זײַן אים און זײַן זאָמען נאָך אים אַ ברית פֿון אײביקער כּהונה, דערפֿאַר װאָס ער האָט זיך אָנגענומען פֿון זײַן ג-טס װעגן, און האָט מכַפּר געװען אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
און אַז משה איז געקומען אין אוֹהל-מוֹעד כּדי ג-ט זאָל רעדן מיט אים, האָט ער געהערט דעם קֹול רעדן צו אים פֿון איבער דעם דעק װאָס אױפֿן אָרון פֿון צײגנים, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים; אַזױ האָט ער גערעדט צו אים.
און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: זאָג צו אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, ער זאָל אױפֿהײבן די פֿײַערפֿאַנען פֿון צװישן דער פֿאַרברענונג, און דאָס פֿײַער װאַרף אַװעק; װאָרעם זײ זײַנען געװאָרן הײליק. די פֿײַערפֿאַנען פֿון די דאָזיקע, װאָס האָבן פֿאַרזינדיקט זײערע נפֿשות, פֿון זײ זאָל מען מאַכן אױסגעשלאָגענע בלעכן, אַן איבערצוג צום מזבח, װאָרעם מע האָט זײ געבראַכט פֿאַר ה׳, און זײ זײַנען געװאָרן הײליק; און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ צײכן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. האָט אֶלעָזָר דער כּהן גענומען די קופּערנע פֿײַערפֿאַנען, װאָס די פֿאַרברענטע האָבן געבראַכט, און מע האָט זײ אױסגעשלאָגן פֿאַר אַן איבערצוג צום מזבח, אַ דערמאָנונג צי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי אַ פֿרעמדער מענטש, װאָס איז נישט פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרֹן, זאָל נישט גענענען צו רײכערן װײַרעך פֿאַר ה׳, אַז ער זאָל נישט װערן אַזױ װי קֹרַח און אַזױ װי זײַן געזעמל; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו אים דורך משהן.
און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט אױף מאָרגן געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: איר האָט געטײט דאָס פֿאָלק פֿון ה׳. און עס איז געװען, אַז די עדה האָט זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ זיך אומגעקערט צום אוֹהל-מוֹעד, ערשט אַ װאָלקן האָט אים צוגעדעקט, און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן. און משה און אַהרֹן זײַנען צוגעגאַנגען פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: שײדט אײַך אָפּ פֿון צװישן דער דאָזיקער עדה, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן אין אַ רגע. זײַנען זײ געפֿאַלן אױף זײער פּנים. און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם די פֿײַערפֿאַן, און לײג אױף איר אַרױף פֿײַער פֿון מזבח, און טו אַרױף װײַרעך, און טראָג אױף גיך צו דער עדה, און זײַ מכַפּר אױף זײ, װאָרעם אַ צאָרן איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳; די מגפֿה האָט זיך אָנגעהױבן.
און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ה׳ האָט געשטאַרקט עֶגלוֹן, דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ איבער יִשׂרָאֵל, װײַל זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳.
און ער האָט אײַנגעזאַמלט צו זיך די קינדער פֿון עַמוֹן און עַמָלֵק, און איז געגאַנגען און האָט געשלאָגן יִשׂרָאֵל; און זײ האָבן אײַנגענומען די שטאָט פֿון טײטלבײמער.
Nova Aliança
Eis que dias vêm em que farei nova aliança. Jesus é mediador de uma aliança superior, fundamentada em melhores promessas.
נישט װי דער ברית װאָס איך האָב געשלאָסן מיט זײערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב אָנגענומען זײער האַנט זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם; װאָרעם זײ האָבן פֿאַרשטערט מײַן ברית, הגם איך בין געװען זײער מאַן, זאָגט ה׳. נײַערט דאָס װעט זײַן דער ברית װאָס איך װעל שליסן מיט דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל נאָך יענע טאָג, זאָגט ה׳: איך גיב אַרײַן מײַן תּורה אין זײ, און אױף זײער האַרצן װעל איך זי אױפֿשרײַבן; און איך װעל זײ זײַן צום אלֹקים, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק. און זײ װעלן מער נישט לערנען איטלעכער זײַן חבֿר, און איטלעכער זײַן ברודער, אַזױ צו זאָגן: קענט ג-ט! װאָרעם זײ אַלע װעלן מיך קענען, פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן, זאָגט ה׳; װאָרעם איך װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און זײער חטא װעל איך מער נישט דערמאָנען.
אַזױ האָט ה׳ געזאָגט,
דער װאָס גיט די זון פֿאַר אַ ליכט בײַ טאָג,
און די געזעצן פֿון לבֿנה און שטערן
פֿאַר אַ ליכט בײַ נאַכט;
דער װאָס שפּרײט אױס דאָס ים און זײַנע כװאַליעס שטורעמען –
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען:
אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אױב איר קענט פֿאַרשטערן מײַן ברית מיטן טאָג, און מײַן ברית מיט דער נאַכט, אַז טאָג און נאַכט זאָלן נישט זײַן אין זײער צײַט, װעט אױך מײַן ברית פֿאַרשטערט װערן מיט דָוִד מײַן קנעכט, אַז פֿון אים זאָל נישט זײַן אַ זון צו קיניגן אױף זײַן טראָן, און מיט די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי מײַנע דינער.
Fidelidade da aliança
A aliança de Deus é eterna. Ele não quebra seu pacto nem altera o que saiu dos seus lábios.
אָבער דער חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿון אײביק ביז אײביק
אױף די װאָס פֿאָרכטן אים,
און זײַן גערעכטיקײט צו קינדס-קינדער;
צו די װאָס היטן זײַן ברית
און צו די װאָס געדענקען זײַנע באַפֿעלן זײ צו טאָן.
און איך – דאָס איז מײַן ברית מיט זײ, זאָגט ה׳: מײַן גײַסט װאָס אױף דיר, און מײַנע װערטער װאָס איך האָב אַרײַנגעטאָן אין דײַן מױל, װעלן זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און פֿון דעם מױל פֿון דײַנע קינדער, און פֿון דעם מױל פֿון דײַנע קינדס-קינדער, זאָגט ה׳, פֿון אַצונד און ביז אײביק.
און איך װעל זײ שליסן אַ ברית פֿון שלום, און װעל פֿאַרשטערן אַ בײזע חיה פֿון לאַנד, און זײ װעלן זיצן אין מדבר אין זיכערקײט, און שלאָפֿן אין די װעלדער.
און ה׳, ער איז דער װאָס גײט דיר פֿאַרױס; ער װעט זײַן מיט דיר, ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן; זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן.
און ער װעט מאַכן אַ שטאַרקן ברית מיט פֿיל פֿאַר אײן װאָך; און אַ האַלבע װאָך װעט ער פֿאַרשטערן שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער; און אױף דעם פֿליגל פֿון אומװערדיקײטן װעט קומען דער פֿאַרװיסטער, אַזש ביז אַ פֿאַרלענדונג און אַ גזר װעט אױסגעגאָסן װערן אױף דעם פֿאַרװיסטער.
און דער מלך פֿון דָרום װעט װערן שטאַרק, אָבער אײנער פֿון זײַנע האַרן װעט זיך שטאַרקן איבער אים, און װעט געװעלטיקן; אַ גרױסע געװעלטיקײט װעט זײַן זײַן געװעלטיקײט. און אין סוף פֿון די יאָרן װעלן זײ זיך באַהעפֿטן; און די טאָכטער פֿון דעם מלך פֿון דָרום װעט קומען צו דעם מלך פֿון צפֿון, כּדי צו מאַכן אַן אױסגלײַך, אָבער איר אָרעם װעט נישט אָנהאַלטן די מאַכט; אױך ער און זײַן אָרעם װעט נישט באַשטײן; און זי, און די װאָס האָבן זי געבראַכט, און דער װאָס האָט זי געבאָרן, און דער װאָס האָט געהאַלטן מיט איר, װעלן איבערגעגעבן װערן, אין יענע צײַטן.
און דער װאָס װעט קומען אױף אים, װעט טאָן לױט זײַן װילן, און קײנער װעט נישט באַשטײן פֿאַר אים; און ער װעט שטײן אין דעם שײנעם לאַנד מיט פֿאַרלענדונג אין זײַן האַנט. און ער װעט קערן זײַן פּנים צו קומען אין מאַכט איבער זײַן גאַנצן קיניגרײַך, און װעט מאַכן מיט אים אַן אױסגלײַכעניש, און װעט אים געבן אַ יונגפֿרױ, כּדי עס צו צעשטערן; אָבער דאָס װעט נישט באַשטײן, און עס װעט נישט װערן זײַנס.
אַ ברית האָב איך געשלאָסן מיט מײַנע אױגן;
און װאָס זאָל איך קוקן אױף אַ יונגפֿרױ?
כּדי דיך מציל צו זײַן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ,
פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד;
װאָס פֿאַרלאָזט דעם האַר פֿון איר יוגנט,
און דעם ברית פֿון איר אלֹקים האָט זי פֿאַרגעסן;