Alimento
O alimento é provisão de Deus para o corpo e a alma. Jesus disse: Eu sou o pão da vida. A Bíblia ensina a receber com gratidão, partilhar com generosidade e confiar no Provedor.
O pão da vida
Jesus disse: Eu sou o pão da vida. Quem vem a mim nunca terá fome. O alimento espiritual sacia plenamente.
Provisão divina
Deus provê alimento em abundância. Ele multiplica pães e peixes, enche os famintos e supre toda necessidade.
װאָרעם ער האָט געזעטיקט די פֿאַרשמאַכטע זעל,
און די הונגעריקע זעל האָט ער אָנגעפֿילט מיט גוטס.
ברענגט דעם גאַנצן מעשׂר אין שאַצהױז,
און זאָל זײַן שפּײַז אין מײַן הױז,
און פּרוּװט מיך אַקאָרשט דערמיט,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
אױב איך װעל אײַך נישט עפֿענען די פֿענצטער פֿון הימל,
און װעל אײַך נישט אַראָפּגיסן אַ ברכה
ביז איבער גענוג.
אַ פֿרײַגעביקע זעל װערט פֿעט,
און דער װאָס זעט אָן, װערט ער אױך געזעט.
האָניקזאַפֿט זײַנען ליבלעכע רײד,
זיס פֿאַר דער זעל, און אַ הײלונג פֿאַרן געבײן.
און ער האָט צו זײ געזאָגט: גײט עסט פֿעטע שפּײַזן, און טרינקט זיסע געטראַנקען, און שיקט חלקים צו דעם װאָס בײַ אים איז נישט אָנגעגרײט, װאָרעם דער טאָג איז הײליק צו אֲדֹנֵינוּ; און איר זאָלט אײַך נישט קלעמען, װאָרעם די פֿרײד פֿון ה׳ איז אײַער שטאַרקײט.
Gratidão e moderação
Nada trouxemos para o mundo e nada levaremos. Tudo o que fizerdes, fazei para a glória de Deus — inclusive comer e beber.
און ער האָט דיך געפּײַניקט, און דיך אױסגעהונגערט, און דיך געשפּײַזט מיט מַן, װאָס נישט דו האָסט דערפֿון געװוּסט, נישט דײַנע עלטערן האָבן געװוּסט; כּדי דיך צו לאָזן װיסן אַז נישט אױף ברױט אַלײן לעבט דער מענטש, נאָר אױף אַלץ װאָס קומט אַרױס פֿון ה׳ס מױל לעבט דער מענטש.
די דאָזיקע מעגט איר עסן פֿון אַלץ װאָס אין װאַסער: אַלץ װאָס האָט פֿלוספֿעדערן און שופּן מעגט איר עסן; און אַלץ װאָס האָט נישט פֿלוספֿעדערן און שופּן טאָרט איר נישט עסן; דאָס איז אומרײן פֿאַר אײַך.
און אלֹקים האָט געזאָגט: זעט, איך האָב אײַך געגעבן יעטװעדער קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען, װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, און יעטװעדער בױם װאָס אױף אים איז דאָ בײמערפֿרוכט װאָס גיט אַרױס זאָמען; פֿאַר אײַך זאָל דאָס זײַן צום עסן.
אַלץ װאָס באַװעגט זיך, װאָס לעבט, זאָל זײַן פֿאַר אײַך צום עסן; אַזױ װי גרינע קרײַטעכץ האָב איך אײַך דאָס אַלץ געגעבן. נאָר פֿלײש מיט זײַן לעבן, זײַן בלוט, זאָלט איר נישט עסן.
גלוסטיקע שפּײַז האָב איך נישט געגעסן, און פֿלײש און װײַן איז נישט געקומען אין מײַן מױל, און זאַלבן האָב איך זיך נישט געזאַלבט, ביז עס זײַנען פֿול געװאָרן דרײַ װאָכן צײַט.