Amor de casal
O amor de casal é celebrado na Bíblia como dom sagrado. O Cântico dos Cânticos exalta a beleza do amor conjugal — íntimo, exclusivo e forte como a morte.
טו מיך אַרױף װי אַ זיגל אױף דײַן האַרצן,
װי אַ זיגל אױף דײַן אָרעם,
װאָרעם שטאַרק װי דער טױט איז די ליבשאַפֿט,
האַרט װי דער שְׁאֹול די אײפֿערזוכט;
אירע פֿלאַמען זײַנען פֿלאַמען פֿײַער,
אַ פֿלאַקער פֿון ג-ט.
גרױסע װאַסערן קענען נישט פֿאַרלעשן די ליבשאַפֿט,
און טײַכן װעלן זי נישט אַװעקפֿלײצן.
אַז אַ מענטש זאָל געבן פֿאַר ליבשאַפֿט
דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון זײַן הױז,
פֿאַראַכטן אים װאָלט מען פֿאַראַכט.
דו האָסט מיך געפֿאַנגען, שװעסטער מײַן כּלה,
דו האָסט מיך געפֿאַנגען מיט אײנעם פֿון דײַנע בליקן,
מיט אײן שנור פֿון דײַנע האַלדזבענדער.
קושן זאָל ער מיך מיט די קושן פֿון זײַן מױל;
װאָרעם בעסער פֿון װײַן איז דײַן ליבשאַפֿט.
װױל צום גערוך זײַנען דײַנע אײלן,
געקלערטע בױמל איז דײַן נאָמען,
דערום האָבן יונגפֿרױען דיך ליב.
ביסט שײן, געליבטע מײַן, ביסט שײן,
דײַנע אױגן זײַנען טױבן.
ביסט שײן געליבטער מײַן, און ליבלעך,
גרין אױך איז אונדזער געלעגער;
און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: עס איז נישט גוט דער מענטש זאָל זײַן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אײנע געהילף װעדליק פֿאַר אים.
און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. האָט דער מענטש געזאָגט:
דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער,
און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש;
די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ,
װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.
דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש.
דער װאָס האָט געפֿונען אַ װײַב, האָט געפֿונען גוטס,
און קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳.
זאָל דײַן קװאַל זײַן געבענטשט,
און פֿרײ זיך מיט דער װײַב פֿון דײַן יוגנט.
די ליבלעכע הינדין, און די חֵנעװדיקע הירשין,
אירע בריסט זאָלן דיך זעטן אין אַלע צײַטן,
און צו איר ליבשאַפֿט זאָלסטו זײַן איבערגעגעבן תּמיד.
און נאָך װאָס, מײַן זון, זאָלסטו זיך אָפּגעבן מיט אַ פֿרעמדער,
און אַרומנעמען דעם בוזעם פֿון אַן אַנדערער?
בעסער צװײ אײדער אײנער, װאָרעם זײ האָבן אַ גוטן לױן פֿאַר זײער מי. װאָרעם אַז זײ פֿאַלן, הײבט אײנער אױף דעם אַנדערן, אָבער װײ צו דעם אײנצלנעם װאָס פֿאַלט, און נישטאָ אַ צװײטער אים אױפֿצוהײבן. דאָס גלײַכן אַז צװײ ליגן בײַנאַנד, איז זײ װאַרעם, אָבער אײנעם װי קען װאַרעם װערן? און אױב עמעצער קען איבערשטאַרקן דעם אײנעם, װעלן אָבער צװײ זיך שטעלן קעגן אים. און אַ דרײַפֿאָלד פֿאָדעם װעט נישט אױף גיך צעריסן װערן.
און קײן אײנער װעט דאָס נישט טאָן
װאָס האָט אַן איבערבלײַב פֿון גײַסט.
װאָרעם װאָס פֿאַרלאַנגט יעטװעדער אײנער?
אַ זאָמען פֿון אלֹקים.
דערום זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט אין אײַער גײַסט,
און אָן דער װײַב פֿון זײַן יוגנט זאָל מען נישט פֿעלשן.
אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ נײַע װײַב, זאָל ער נישט אַרױסגײן אין חיל, און אױף אים זאָל נישט אַרױפֿגעלײגט װערן קײן זאַך; פֿרײַ זאָל ער זײַן פֿאַר זײַן הײם אײן יאָר, און דערפֿרײען זײַן װײַב װאָס ער האָט גענומען.