Pular para o conteúdo
Publicidade

Despedida

Por Bíblia Online

As despedidas na Bíblia são momentos sagrados de bênção, oração e confiança em Deus. Mesmo na separação, os filhos de Deus se despedem com fé, carinho e esperança de reencontro.

Despedidas bíblicas

Paulo se despediu dos anciãos de Éfeso com oração e lágrimas. As despedidas entre irmãos são marcadas por afeto e fé.

Amizades profundas

Davi e Jônatas se despediram com lágrimas e pacto de amizade. Rute se apegou a Noemi com lealdade inabalável.

װי דער ייִנגל איז אַװעקגעגאַנגען, אַזױ איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען פֿון דָרום-זײַט, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט דרײַ מאָל. און זײ האָבן געקושט אײנער דעם אַנדערן, און געװײנט אײנער מיטן אַנדערן, ביז דָוִד האָט מער געװײנט.

און יהוֹנָתָן האָט געזאָגט צו דָוִדן: גײ בשלום; װאָס מיר האָבן זיך בײדע געשװאָרן בײַם נאָמען פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: ה׳ זאָל זײַן צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַן זאָמען און צװישן דײַן זאָמען ביז אײביק.

װי דער ייִנגל איז אַװעקגעגאַנגען, אַזױ איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען פֿון דָרום-זײַט, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט דרײַ מאָל. און זײ האָבן געקושט אײנער דעם אַנדערן, און געװײנט אײנער מיטן אַנדערן, ביז דָוִד האָט מער געװײנט.

האָט נָעמי געזאָגט צו אירע בײדע שנורן: גײט קערט אײַך אום איטלעכע צו איר מוטערס הױז. און זאָל ה׳ טאָן מיט אײַך חֶסֶד אַזױ װי איר האָט געטאָן מיט די געשטאָרבענע און מיט מיר. זאָל אײַך ה׳ געבן איר זאָלט געפֿינען מנוחה איטלעכע אין הױז פֿון איר מאַן. און זי האָט זײ געקושט; און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול און האָבן געװײנט. און זײ האָבן צו איר געזאָגט: נײן, נײַערט מיר װעלן מיט דיר זיך אומקערן צו דײַן פֿאָלק. האָט נָעמי געזאָגט: קערט אײַך אום, טעכטער מײַנע, צו װאָס זאָלט איר גײן מיט מיר? האָב איך דען נאָך זין אין מײַן לײַב, אַז זײ זאָלן אײַך װערן פֿאַר מאַנען? קערט אײַך אום, טעכטער מײַנע, גײט, װאָרעם איך בין צו אַלט צו האָבן אַ מאַן; לאָמיך שױן זאָגן, איך האָב אַ האָפֿענונג, איך זאָל נאָך די נאַכט האָבן אַ מאַן, און זאָל אױך געבערן זין, װעט איר דען אױף זײ אױסקוקן ביז זײ װעלן גרױס װערן? װעט איר צוליב זײ בלײַבן זיצן נישט צו נעמען קײן מאַן? נײן, טעכטער מײַנע! װאָרעם מיר איז פֿיל ביטערער פֿון אײַך, װײַל ה׳ס האַנט איז אױסגעגאַנגען אױף מיר.

האָבן זײ אױפֿגעהױבן זײער קֹול און האָבן װידער געװײנט. און עָרפָּה האָט זיך צעקושט מיט איר שװיגער, אָבער רוּת האָט זיך באַהעפֿט אָן איר.

האָבן זײ אױפֿגעהױבן זײער קֹול און האָבן װידער געװײנט. און עָרפָּה האָט זיך צעקושט מיט איר שװיגער, אָבער רוּת האָט זיך באַהעפֿט אָן איר.

און משה האָט אַרױסבאַלײט זײַן שװער, און ער איז זיך אַװעקגעגאַנגען אין זײַן לאַנד.

Bênçãos de despedida

O Senhor te abençoe e te guarde. O Senhor faça resplandecer o seu rosto sobre ti e te dê a paz.

ה׳ זאָל דיך בענטשן, און דיך היטן!

ה׳ זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים צו דיר, און דיך לײַטזעליקן!

ה׳ זאָל אױפֿהײבן זײַן פּנים צו דיר, און דיר באַשערן שלום!

ה׳ װעט דיך באַהיטן פֿון אַלעם בײז,

ער װעט באַהיטן דײַן זעל.

ה׳ װעט היטן דײַן גײן און דײַן קומען,

פֿון אַצונד און ביז אײביק.

און יְהוֹשועַ האָט זײ געבענטשט, און האָט זײ אַװעקגעשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו זײערע געצעלטן.

האָט ער איבערגעלאָזן די רינדער, און איז געלאָפֿן נאָך אֵלִיָהון, און האָט געזאָגט: לאָמיך, איך בעט דיך, קושן מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער, און איך װעל גײן נאָך דיר. האָט ער צו אים געזאָגט: גײ, קער זיך אום, װאָרעם װאָס האָב איך דיר געטאָן?

האָט ער זיך אומגעקערט פֿון הינטער אים, און ער האָט גענומען דאָס געשפּאַן רינדער, און האָט עס געשאָכטן, און מיט די שפּאַנצײַג פֿון די רינדער האָט ער אָפּגעקאָכט זײער פֿלײש; און ער האָט געגעבן די מענטשן, און זײ האָבן געגעסן. און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און ער איז געגאַנגען נאָך אֵלִיָהון, און האָט אים באַדינט.

Seja o primeiro