Livramento
Deus é o grande Libertador. Através da Bíblia, vemos Deus livrando seu povo de inimigos, de perigos e da morte. Quem clama ao Senhor, Ele ouve e liberta.
Deus ouve e livra
Clamaram ao Senhor na sua tribulação, e Ele os livrou das suas angústias. O Senhor é refúgio e a salvação dos que nele confiam.
דער פּנים פֿון ה׳ איז קעגן די שלעכטסטוער.
צו פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש.
ער װעט מיך רופֿן, און איך װעל אים ענטפֿערן,
איך װעל זײַן מיט אים אין אַ צרה,
איך װעל אים דערלײזן, און אים ברענגען צו כּבֿוד.
איך זאָג אױף ה׳, מײַן באַשיצונג און מײַן פֿעסטונג
מײַן ג-ט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים,
אַז ער װעט דיך מציל זײַן פֿון פֿױגלפֿאַנגערס נעץ,
פֿון דער פּעסט פֿון פֿאַרטיליקונג.
געלױבט איז אֲדֹנָי,
טאָג פֿאַר טאָג טוט ער אונדז טראָגן;
אֵל איז אונדזער ישועה.
סֶלָה.
איך נעם אױף מיר, אלֹקים, נדרים צו דיר,
איך װעל אָפּצאָלן דאַנקאָפּפֿער צו דיר;
מאַכט אַנטרינען דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון,
פֿון דער האַנט פֿון די רשעים זײַט מציל.
װאָרעם אַרומגערינגלט האָבן מיך בײזן אַזש אָן צאָל,
דערגרײכט האָבן מיך מײַנע זינד,
אַז איך קען נישט זען;
זײ זײַנען מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ,
און מײַן האַרץ האָט מיך פֿאַרלאָזן.
אױף דעם זאָל איטלעכער פֿרומער מתפּלל זײַן צו דיר,
אין דער צײַט װאָס מע קען דיך געפֿינען:
אַז די גרױסע װאַסערן פֿלײצן איבער,
זאָלן זײ צו אים אָבער נישט דערגרײכן.
Livramento poderoso
Deus livrou Daniel dos leões, os jovens hebreus do fogo e Israel do Egito. Seu braço não é curto para salvar.
אױב אלוקינו צו װעמען מיר דינען, קען אונדז מציל זײַן, װעט ער פֿון דעם אױװן מיט ברענעדיקן פֿײַער, און פֿון דײַן האַנט, מלך, מציל זײַן. און אַפֿילו אַז נישט, זײ װיסן, מלך, אַז צו דײַן ג-ט װעלן מיר נישט דינען, און צו דער גילדערנער געשטאַלט װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט, װעלן מיר זיך נישט בוקן.
ער האָט מיך מציל געװען פֿון מײַן מאַכטיקן פֿײַנט,
פֿון מײַנע שָׂונאים, װען זײ זײַנען געװען שטאַרקער פֿון מיר.
האָבן זײ זיך געשטעלט אין מיטן פֿון דעם שטיק לאַנד, און האָבן עס מציל געװען; און זײ האָבן געשלאָגן די פּלִשתּים, און ה׳ האָט זײ געהאָלפֿן אַ גרױס הילף.
און מײַן צאָרן װעט גרימען, און איך װעל אײַך הרגען מיטן שװערד, און אײַערע װײַבער װעלן זײַן אַלמנות, און אײַערע קינדער יתומים.
אױך הײַנט בין איך דער אײגענער,
און נישטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון מײַן האַנט;
איך טו, און װער קען עס אָפּהאַלטן?
Redenção e restauração
Todo aquele que invocar o nome do Senhor será salvo. Deus livra do pecado, da morte e de todo mal aqueles que se humilham diante dele.
און מײַן פֿאָלק װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, װעט װערן אונטערטעניק, און זײ װעלן מתפּלל זײַן און בעטן פֿאַר מיר, און װעלן זיך אומקערן פֿון זײערע שלעכטע װעגן, װעל איך צוהערן פֿון הימל, און װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און װעל הײלן זײער לאַנד.
ער בעט צו אֱלוֹהַּ, און ער באַװיליקט אים,
און ער זעט זײַן פּנים מיט חֵן,
און קערט אום דעם מענטשן זײַן גערעכטיקײט.
Este artigo te tocou? Faça uma oração!
+581 estão orando agora.
Junte-se à corrente de oração.