Pular para o conteúdo
Publicidade

Temor do Senhor

Por Bíblia Online

O temor do Senhor é o princípio da sabedoria. Não se trata de medo, mas de reverência profunda, respeito e admiração diante da santidade e grandeza de Deus.

O princípio da sabedoria

A Escritura afirma que temer ao Senhor é o primeiro passo para a verdadeira sabedoria. Quem teme a Deus discerne o certo e aprende a viver com prudência.

דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר ה׳;

װױלפֿאַרשטאַנדיקײט איז בײַ אַלע װאָס טוען דאָס.

זײַן לױב באַשטײט אײביק.

דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר ה׳,

און די דערקענונג פֿון דעם הײליקן איז פֿאַרשטאַנדיקײט.

מורא פֿאַר ה׳ איז די מוסר פֿון חכמה,

און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.

און ער האָט געזאָגט צום מענטשן:

זע, מורא פֿאַר אֲדֹנָי דאָס איז חכמה,

און זיך אָפּקערן פֿון שלעכטס איז פֿאַרשטאַנדיקײט.

די באַפֿעלן פֿון ה׳ זײַנען רעכטפֿאַרטיק,

זײ דערפֿרײען דאָס האַרץ;

דאָס געבאָט פֿון ה׳ איז לױטער,

עס מאַכט ליכטיק די אױגן.

די מורא פֿאַר ה׳ איז רײן,

זי באַשטײט אױף אײביק;

די משפּטים פֿון ה׳ זײַנען אמת,

זײ זײַנען אַלע גערעכט;

זײ זײַנען גלוסטיקער פֿון גאָלד,

און פֿון גינגאָלד אַ סך,

און זיסער פֿון האָניק, און טריפֿהאָניק.

Bênçãos do temor

Quem teme ao Senhor encontra vida longa, provisão e proteção. O temor de Deus nos guarda do mal e nos conduz à humildade.

דער לױן פֿון עניװת פֿון מורא פֿאַר ה׳,

איז עשירות, און כּבֿוד, און לעבן.

מורא פֿאַר ה׳ לײגט צו טעג,

און די יאָרן פֿון די רשעים װערן געקירצט.

מורא פֿאַר ה׳ איז אַ קװאַל פֿון לעבן,

זיך אָפּצוקערן פֿון די נעצן פֿון טױט.

דורך גענאָד און אמת װערט זינד פֿאַרגעבן,

און דורך מורא פֿאַר ה׳ קערט מען זיך אָפּ פֿון שלעכטס.

װױל צו דעם מענטשן װאָס פֿאָרכט תּמיד,

און דער װאָס מאַכט האַרט זײַן האַרץ װעט אַרײַנפֿאַלן אין בײז.

דער מלאך פֿון ה׳ לאַגערט אַרום זײַנע פֿאָרכטער,

און ער טוט זײ דערלײזן.

באַטראַכט און זעט אַז ה׳ איז גוט;

װױל צו דעם מאַן װאָס שיצט זיך אין אים.

Vivendo no temor do Senhor

Temer ao Senhor é obedecer seus mandamentos, andar em seus caminhos e amá-lo de todo coração. Essa reverência se expressa em justiça e integridade.

זאָלסטו נישט צוהערן צו די װערטער פֿון יענעם נבֿיא, אָדער יענעם חלומער פֿון חלומות, װאָרעם דאָס פּרוּװט אײַך ה׳ אלוקיכם, כּדי צו װיסן אױב איר האָט ליב ה׳ אלוקיכם מיט אײַער גאַנצן האַרצן און מיט אײַער גאַנצער זעל.

און זאָלסט היטן די געבאָט פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו גײן אין זײַנע װעגן, און מורא צו האָבן פֿאַר אים.

דינט ה׳ מיט מורא,

און שױדערט אין ציטערניש.

יונגלײבן דאַרן און הונגערן,

אָבער די װאָס זוכן ה׳ פֿעלט נישט כָּל-טובֿ.

קומט, קינדער, הערט מיר צו,

מורא פֿאַר ה׳ װעל איך אײַך לערנען.

װער נאָר אַ מאַן װאָס װיל לעבן,

װאָס גאַרט טעג צו זען גוטס,

היט דײַן צונג פֿון שלעכטס,

און דײַנע ליפּן פֿון רעדן באַטרוג.

און אַצונד, זאָל די מורא פֿאַר ה׳ זײַן אױף אײַך; היט אײַך װאָס איר טוט, װאָרעם בײַ ה׳ אלוקינו איז נישטאָ קײן אומרעכט, אָדער שױנען עמיצן, אָדער נעמען שוחד.

זאָלסט נישט שילטן אַ טױבן, און פֿאַר אַ בלינדן זאָלסטו נישט לײגן אַ שטרױכלונג; און זאָלסט מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט: איך בין ה׳.

און איר זאָלט נישט נאַרן אײנער דעם אַנדערן, און זאָלסט מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט, װאָרעם איך בין ה׳ אלוקיכם.

און אַז דײַן ברודער װעט אָרים װערן, און זײַן האַנט װעט זײַן געפֿאַלן בײַ דיר, זאָלסטו אים אױפֿהאַלטן װי אַ פֿרעמדן און אײַנגעװאַנדערטן, אַז ער זאָל קענען לעבן בײַ דיר. זאָלסט נישט נעמען פֿון אים צינזן אָדער מערונג, און זאָלסט מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט; כּדי דײַן ברודער זאָל קענען לעבן בײַ דיר.

Seja o primeiro