Pular para o conteúdo
Publicidade

Agradecimento pela vida

Por Bíblia Online

Agradecer pela vida é reconhecer que cada respiração é dom de Deus. Toda criatura que tem fôlego louve ao Senhor — porque Ele nos formou e nos sustenta com amor.

אַלץ װאָס אָטעמט זאָל לױבן ג-ט.

הַלְלוּ יָהּ.

הַלְלוּ יָהּ.

לױב ה׳, מײַן זעל;

איך װעל לױבן ה׳ כּל-זמן איך לעב,

איך װעל זינגען צו ה׳ װי לאַנג איך בין.

װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן מײַנע נירן,

האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.

איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;

װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,

און מײַן זעל װײס דאָס װױל.

נישט פֿאַרהױלן איז געװען מײַן געבײן פֿאַר דיר,

װען איך בין געמאַכט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש,

געשטריקט געװאָרן אין טיפֿענישן פֿון דער ערד.

מײַן אומגעפֿורעמט לײַב האָבן געזען דײַנע אױגן;

יאָ, אין דײַן בוך װערן זײ אַלע אָנגעשריבן,

די טעג װען מע זאָל באַשאַפֿן װערן,

און אײנער צװישן זײ איז געװען פֿאַר אים.

איך װעל זינגען צו ה׳ כּל-זמן איך לעב,

איך װעל שפּילן צו מײַן ג-ט װי לאַנג איך בין.

זאָל אים געזיסט זײַן מײַן רעדן;

איך פֿרײ זיך מיט ה׳.

װײסט אַז ה׳, ער איז אלֹקים;

ער האָט אונדז באַשאַפֿן, און זײַנע זײַנען מיר,

זײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון זײַן פֿיטערונג.

קומט אין זײַנע טױערן מיט דאַנק,

אין זײַנע הױפֿן מיט לױב;

גיט אַ דאַנק צו אים, בענטשט זײַן נאָמען.

דײַן גערעכטיקײט איז װי די מאַכטיקע בערג,

דײַנע משפּטים װי דער גרױסער תּהום;

מענטשן און בהמות טוסטו העלפֿן, ה׳.

װי טײַער איז דײַן חֶסֶד, אלֹקים,

און די מענטשנקינדער שיצן זיך

אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען.

זײ זעטן זיך מיט דער פֿעטקײט פֿון דײַן הױז,

און פֿון דעם טײַך פֿון דײַנע תּענוגים טרינקסטו זײ אָן.

אַ מיזמור; אַ געזאַנג צו דער באַנײַונג פֿון הֵיכל פֿון דָוִדן.

איך דערהײב דיך, ה׳, װאָרעם האָסט מיך אױפֿגעריכט,

און נישט דערפֿרײט מײַנע פֿײַנט איבער מיר.

ה׳ מײַן ג-ט, איך האָב געשריִען צו דיר,

און האָסט מיך געהײלט.

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מות-לַבֵן; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

איך װעל לױבן ה׳ מיט מײַן גאַנצן האַרצן,

איך װעל דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.

און װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן, און װעסט לױבן ה׳ דײַן ג-ט, פֿאַר דעם גוטן לאַנד װאָס ער האָט דיר געגעבן.

האָסט זיך אָנגענומען, אֲדֹנָי, די קריג פֿון מײַן זעל,

האָסט אױסגעלײזט מײַן לעבן.

װאַסערן האָבן מיך אַרומגערינגלט ביזן נפֿש,

דער תּהום האָט מיך אַרומגענומען,

טײַכגראָז איז געװען געװיקלט אַרום מײַן קאָפּ.

צו די גרונטן פֿון די בערג האָב איך גענידערט,

די ערד פֿאַר מיר אירע ריגלען אױף אײביק.

אָבער דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון פֿאַרדאָרבנקײט מײַן לעבן,

דו ה׳ מײַן ג-ט.

Seja o primeiro