Casamento
O casamento é aliança sagrada instituída por Deus. Ele une marido e mulher em uma só carne — pacto de amor, fidelidade e companheirismo que reflete o amor de Cristo pela Igreja.
Fundamento divino
Não é bom que o homem esteja só. Deus criou o casamento como aliança de companheirismo, amor e fecundidade.
און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: עס איז נישט גוט דער מענטש זאָל זײַן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אײנע געהילף װעדליק פֿאַר אים.
האָט ה׳ אלֹקים געלאָזט פֿאַלן אַ טיפֿן שלאָף אױף דעם מענטשן, און ער איז אײַנגעשלאָפֿן; און ער האָט אַרױסגענומען אײנע פֿון זײַנע ריפּן, און האָט פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט פֿלײש. און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. האָט דער מענטש געזאָגט:
דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער,
און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש;
די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ,
װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.
דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש.
דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש. און זײ זײַנען בײדע געװען נאַקעט, דער מענטש און זײַן װײַב, און זײ נישט האָבן מיט װאָס זיך צו שעמען.
דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש.
און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. האָט דער מענטש געזאָגט:
דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער,
און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש;
די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ,
װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.
דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש.
האָט אלֹקים געזאָגט: לאָמיר מאַכן מענטשן אין אונדזער געשטאַלט, לױט אונדזער גלײַכעניש, און זײ זאָלן געװעלטיקן איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער די בהמות, און איבער דער גאַנצער ערד, און איבער אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד.
און אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין זײַן געשטאַלט;
אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים האָט ער אים באַשאַפֿן;
אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן.
און אלֹקים האָט זײ געבענטשט, און אלֹקים האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד, און באַצװינגט זי, און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד.
און דער מענטש האָט דערקענט זײַן װײַב חַוָהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן קַיִנען, און זי האָט געזאָגט: איך האָב דערװאָרבן אַ מענטש דורך ה׳.
און אָדָם האָט װידער דערקענט זײַן װײַב, און זי האָט געבאָרן אַ זון, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת, װײַל: אלֹקים האָט מיר באַשערט אַן אַנדער זאָמען אַנשטאָט הֶבלען, מחמת קַיִן האָט אים געהרגעט.
Fidelidade conjugal
O que Deus ajuntou não separe o homem. O casamento deve ser honrado e o leito matrimonial preservado sem impureza.
Amor como Cristo
Maridos, amai vossas mulheres como Cristo amou a igreja. O amor conjugal reflete o evangelho em ação.
Submissão e respeito
Mulheres, sujeitem-se aos próprios maridos. Maridos, convivam com as esposas com conhecimento e honra.
Pureza no casamento
Não adulterarás. A impureza sexual destrói alianças e famílias. Deus chama à santidade no matrimônio.
זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס הױז; זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, אָדער זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.
האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן, װאָרעם כּדי אײַך צו פּרוּװן איז האלֹקים געקומען, און כּדי זײַן מורא זאָל זײַן פֿאַר אײַער פּנים, אַז איר זאָלט נישט זינדיקן.
Sabedoria conjugal
Acha esposa, acha o bem. Bebe água da tua própria cisterna. A fidelidade conjugal é fonte de bênção permanente.
דער װאָס האָט געפֿונען אַ װײַב, האָט געפֿונען גוטס,
און קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳.
דער װאָס האָט געפֿונען אַ װײַב, האָט געפֿונען גוטס,
און קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳.
דער װאָס האָט געפֿונען אַ װײַב, האָט געפֿונען גוטס,
און קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳.
הױז און גוטס איז אַ ירושה פֿון עלטערן,
אָבער אַ געראָטענע װײַב איז פֿון ה׳.
זאָל דײַן קװאַל זײַן געבענטשט,
און פֿרײ זיך מיט דער װײַב פֿון דײַן יוגנט.
די ליבלעכע הינדין, און די חֵנעװדיקע הירשין,
אירע בריסט זאָלן דיך זעטן אין אַלע צײַטן,
און צו איר ליבשאַפֿט זאָלסטו זײַן איבערגעגעבן תּמיד.
װאָרעם האָניקזאַפֿט טריפֿן די ליפּן פֿון דער פֿרעמדער,
און גלאַטער פֿון בױמל איז איר גומען.
אָבער איר סוף איז ביטער װי װערמוט,
שאַרף װי אַ צװײשנײַדיקע שװערד.
אירע פֿיס נידערן צום טױט,
אין שְׁאֹול שפּאַרן אָן אירע פֿיס.
כּדי זי זאָל נישט גײן דעם גלײַכן װעג פֿון לעבן,
װאָגלען אירע שטעגן, זי װײס נישט װוּהין.
און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו,
און איר זאָלט נישט אָפּקערן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל.
דערװײַטער פֿון איר דײַן װעג,
און זאָלסט נישט גענענען צום אײַנגאַנג פֿון איר הױז,
כּדי זאָלסט נישט געבן צו אַנדערע דײַן פֿרישקײט,
און דײַנע יאָרן צו אַן אַכזר;
װאָרעם האָניקזאַפֿט טריפֿן די ליפּן פֿון דער פֿרעמדער,
און גלאַטער פֿון בױמל איז איר גומען.
אָבער איר סוף איז ביטער װי װערמוט,
שאַרף װי אַ צװײשנײַדיקע שװערד.
אירע פֿיס נידערן צום טױט,
אין שְׁאֹול שפּאַרן אָן אירע פֿיס.
כּדי זי זאָל נישט גײן דעם גלײַכן װעג פֿון לעבן,
װאָגלען אירע שטעגן, זי װײס נישט װוּהין.
דערװײַטער פֿון איר דײַן װעג,
און זאָלסט נישט גענענען צום אײַנגאַנג פֿון איר הױז,
כּדי זאָלסט נישט געבן צו אַנדערע דײַן פֿרישקײט,
און דײַנע יאָרן צו אַן אַכזר;
כּדי פֿרעמדע זאָלן זיך נישט זעטן מיט דײַן קראַפֿט,
און דײַן מי זאָל נישט אָנקומען אין הױז פֿון אַ װילדפֿרעמדן;
און װעסט ברומען אין דײַן סוף,
װען דײַן לײַב און דײַן פֿלײש װעט זײַן פֿאַרלענדט,
און װעסט זאָגן: װי האָב איך פֿײַנט געהאַט מוסר,
און שטראָף האָט פֿאַראַכט מײַן האַרץ,
און איך האָב נישט צוגעהערט דעם קֹול פֿון מײַנע װעגװײַזער,
און צו מײַנע לערער נישט צוגענײַגט מײַן אױער!
נאָר אין אַ קלײנקײט האָב איך געװען אין אַלע שלעכטע זאַכן
אין דער אײַנזאַמלונג און עדה.
די ליבלעכע הינדין, און די חֵנעװדיקע הירשין,
אירע בריסט זאָלן דיך זעטן אין אַלע צײַטן,
און צו איר ליבשאַפֿט זאָלסטו זײַן איבערגעגעבן תּמיד.
און נאָך װאָס, מײַן זון, זאָלסטו זיך אָפּגעבן מיט אַ פֿרעמדער,
און אַרומנעמען דעם בוזעם פֿון אַן אַנדערער?
אַזױ איז דער װאָס קומט צו זײַן חבֿרס װײַב,
קײנער װאָס רירט זי אָן, קומט נישט אָפּ גלאַט.
דער װאָס איז מזנה מיט אַ פֿרױ, איז אָן שׂכל,
זיך אַלײן ברענגט אום דער װאָס טוט דאָס.
דער װאָס איז מזנה מיט אַ פֿרױ, איז אָן שׂכל,
זיך אַלײן ברענגט אום דער װאָס טוט דאָס.
שלעג און שאַנד װעט ער קריגן,
און זײַן חרפּה װעט נישט אָפּגעמעקט װערן.
װאָרעם אײפֿערזוכט איז דער גרימצאָרן פֿון אַ מאַן,
און ער װעט נישט שױנען אין טאָג פֿון נקמה.
ער װעט נישט אַכטן קײן אױסלײזגעלט,
און נישט באַװיליקן, װי דו זאָלסט מערן שוחד.
אַן אֵשֶת-חיל איז די קרױן פֿון איר מאַן,
און װי אַ פֿױלונג אין זײַנע בײנער איז אַ טױגעניכטס.
דעם מענטשנס האַרץ דענקט זײַן װעג,
אָבער ה׳ לענקט זײַן טריט.
בעסער װױנען אױף אַ װינקל דאַך,
אײדער אין אײן הױז מיט אַ װײַב אַ קריגערין.
אַן אֵשֶת-חיל װער קען געפֿינען?
און העכער פֿון פּערל איז איר װערט.
Bíblia e casamento
Deus abomina o divórcio. A aliança matrimonial é reflexo da aliança de Deus com seu povo — sagrada e eterna.
און קײן אײנער װעט דאָס נישט טאָן
װאָס האָט אַן איבערבלײַב פֿון גײַסט.
װאָרעם װאָס פֿאַרלאַנגט יעטװעדער אײנער?
אַ זאָמען פֿון אלֹקים.
דערום זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט אין אײַער גײַסט,
און אָן דער װײַב פֿון זײַן יוגנט זאָל מען נישט פֿעלשן.
װאָרעם איך האָב פֿײַנט שײדונג,
זאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל,
און דעם װאָס באַדעקט זײַן קלײד מיט אומרעכט,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת;
דערום זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט אין אײַער גײַסט,
אַז איר זאָלט נישט פֿעלשן.
אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ נײַע װײַב, זאָל ער נישט אַרױסגײן אין חיל, און אױף אים זאָל נישט אַרױפֿגעלײגט װערן קײן זאַך; פֿרײַ זאָל ער זײַן פֿאַר זײַן הײם אײן יאָר, און דערפֿרײען זײַן װײַב װאָס ער האָט גענומען.
אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װײַב און זי באַמאַנען, איז, אױב זי װעט געפֿינען אַן אומחן אין זײַנע אױגן, װײַל ער האָט אױסגעפֿונען אין איר אַ מיאוסע זאַך, און ער װעט איר שרײַבן אַ גט, און געבן אין איר האַנט, און װעט זי אַװעקשיקן פֿון זײַן הױז,
אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װײַב, און װעט קומען צו איר, און װעט זי פֿײַנט קריגן, און ער װעט מאַכן אױף איר אַ בילבול, און אַרױסלאָזן אױף איר אַ שֶם-רַע, און זאָגן: איך האָב גענומען די דאָזיקע װײַב, און איך האָב צו איר גענענט, און האָב בײַ איר נישט געפֿונען קײן בתולים; זאָל דער פֿאָטער פֿון דער מײדל, און איר מוטער, נעמען און אַרױסברענגען די בתולים פֿון דער מײדל צו די עלטסטע פֿון שטאָט, אין טױער. און דער פֿאָטער פֿון דער מײדל זאָל זאָגן צו די עלטסטע: איך האָב געגעבן מײַן טאָכטער צו דעם דאָזיקן מאַן פֿאַר אַ װײַב, און ער האָט זי פֿײַנט געקריגן; און אָט מאַכט ער אַ בלבול, אַזױ צו זאָגן: איך האָב נישט געפֿונען בײַ דײַן טאָכטער קײן בתולים; און דאָס זײַנען די בתולים פֿון מײַן טאָכטער. און זײ זאָלן פֿונאַנדערשפּרײטן די דעקע פֿאַר די עלטסטע פֿון שטאָט.
די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער איז דאָס.
און מיט דער װײַב פֿון דײַן חבֿר זאָלסטו נישט האָבן אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר.
און אַ מאַן װאָס װעט מזַנה זײַן מיט אַן אֵשֶת-איש – אַז ער װעט מזַנה זײַן מיט זײַן חבֿרס װײַב, זאָל טײטן געטײט װערן אי דער מאַן, אי די פֿרױ, װאָס האָט מזַנה געװען. און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ האָבן זײ בײדע אַן אומװערדיקײט געטאָן; טײטן זאָלן זײ געטײט װערן; זײער בלוט אױף זײ!
אַ װײַב אַ זוֹנה אָדער אַ פֿאַרשװעכטע זאָלן זײ נישט נעמען, און אַ װײַב געגֶט פֿון איר מאַן זאָלן זײ נישט נעמען; װאָרעם ער איז הײליק צו זײַן ג-ט.
און אַ װײַב אין איר יונגפֿרױשאַפֿט זאָל ער נעמען. אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה, אָדער אַ פֿאַרשװעכטע, אַ זוֹנה, די דאָזיקע זאָל ער נישט נעמען; נאָר בלױז אַ יונגפֿרױ פֿון זײַן פֿאָלק זאָל ער נעמען פֿאַר אַ װײַב.
Exemplos bíblicos
O Cântico dos Cânticos celebra o amor conjugal. A Bíblia honra o casamento em toda a sua beleza e profundidade.
טו מיך אַרױף װי אַ זיגל אױף דײַן האַרצן,
װי אַ זיגל אױף דײַן אָרעם,
װאָרעם שטאַרק װי דער טױט איז די ליבשאַפֿט,
האַרט װי דער שְׁאֹול די אײפֿערזוכט;
אירע פֿלאַמען זײַנען פֿלאַמען פֿײַער,
אַ פֿלאַקער פֿון ג-ט.
גרױסע װאַסערן קענען נישט פֿאַרלעשן די ליבשאַפֿט,
און טײַכן װעלן זי נישט אַװעקפֿלײצן.
אַז אַ מענטש זאָל געבן פֿאַר ליבשאַפֿט
דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון זײַן הױז,
פֿאַראַכטן אים װאָלט מען פֿאַראַכט.
גרױסע װאַסערן קענען נישט פֿאַרלעשן די ליבשאַפֿט,
און טײַכן װעלן זי נישט אַװעקפֿלײצן.
אַז אַ מענטש זאָל געבן פֿאַר ליבשאַפֿט
דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון זײַן הױז,
פֿאַראַכטן אים װאָלט מען פֿאַראַכט.
ביסט אין גאַנצן שײן, געליבטע מײַן,
און קײן פֿעלער איז אין דיר נישטאָ.
דײַנע צװײ בריסט װי צװײ הירשלעך,
צװילינגס פֿון אַ הירשין, װאָס פֿיטערן זיך צװישן די ליליען.
דו האָסט מיך געפֿאַנגען, שװעסטער מײַן כּלה,
דו האָסט מיך געפֿאַנגען מיט אײנעם פֿון דײַנע בליקן,
מיט אײן שנור פֿון דײַנע האַלדזבענדער.
זײַן לינקע האַנט אונטער מײַן קאָפּ,
און זײַן רעכטע זאָל מיך אַרומנעמען.
קושן זאָל ער מיך מיט די קושן פֿון זײַן מױל;
װאָרעם בעסער פֿון װײַן איז דײַן ליבשאַפֿט.
געניס דאָס לעבן מיט דער װײַב װאָס דו האָסט ליב, אַלע טעג פֿון דײַן נישטיקן לעבן װאָס מע האָט דיר געשאָנקען אונטער דער זון, אַלע דײַנע נישטיקע טעג; װאָרעם דאָס איז דײַן חלק אין לעבן, און אין דײַן מי װאָס דו מיהסט זיך אונטער דער זון.
געניס דאָס לעבן מיט דער װײַב װאָס דו האָסט ליב, אַלע טעג פֿון דײַן נישטיקן לעבן װאָס מע האָט דיר געשאָנקען אונטער דער זון, אַלע דײַנע נישטיקע טעג; װאָרעם דאָס איז דײַן חלק אין לעבן, און אין דײַן מי װאָס דו מיהסט זיך אונטער דער זון.
בעסער צװײ אײדער אײנער, װאָרעם זײ האָבן אַ גוטן לױן פֿאַר זײער מי. װאָרעם אַז זײ פֿאַלן, הײבט אײנער אױף דעם אַנדערן, אָבער װײ צו דעם אײנצלנעם װאָס פֿאַלט, און נישטאָ אַ צװײטער אים אױפֿצוהײבן. דאָס גלײַכן אַז צװײ ליגן בײַנאַנד, איז זײ װאַרעם, אָבער אײנעם װי קען װאַרעם װערן? און אױב עמעצער קען איבערשטאַרקן דעם אײנעם, װעלן אָבער צװײ זיך שטעלן קעגן אים. און אַ דרײַפֿאָלד פֿאָדעם װעט נישט אױף גיך צעריסן װערן.
Juízo e restauração
O Senhor é testemunha do pacto conjugal. Casamentos quebrados podem ser restaurados pelo poder e graça de Deus.
קערט אײַך אום, קינדער אָפּקערער,
זאָגט ה׳,
װאָרעם איך האָב חתונה געהאַט מיט אײַך,
און איך װעל אײַך נעמען אײנעם פֿון אַ שטאָט,
און צװײ פֿון אַ משפּחה,
און װעל אײַך ברענגען קײן צִיוֹן.
דאָס ערשטע װאָס ה׳ האָט גערעדט צו הוֹשֵעַן, האָט ה׳ געזאָגט צו הוֹשֵעַן: גײ נעם דיר אַ װײַב אַ זוֹנה, און קינדער פֿון אַ זוֹנה, װאָרעם מזַנה טוט מזַנה זײַן דאָס לאַנד, אַװעק פֿון הינטער ה׳.
און די קינדער פֿון יהוּדה און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן זיך אײַנזאַמלען אין אײנעם, און זײ װעלן זיך מאַכן אײן הױפּטמאַן, און זײ װעלן אַרױפֿגײן פֿון דעם לאַנד, װאָרעם גרױס װעט זײַן דער טאָג פֿון יִזרְעֶאל.
אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל דײַן שמוציקײט האָט זיך אױסגעגאָסן, און דײַן שאַנד איז אַנטפּלעקט געװאָרן אין דײַן זנות מיט דײַנע ליבהאָבער, און מיט אַלע דײַנע אומװערדיקע אָפּגעטער; און פֿאַר דעם בלוט פֿון דײַנע זין װאָס דו האָסט זײ געגעבן – דערום זע, איך זאַמל אײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער װאָס דו האָסט זיך געחנדלט צו זײ, און אַלע װאָס דו האָסט ליב, מיט אַלע װאָס דו האָסט פֿײַנט; און איך װעל זײ אײַנזאַמלען אַרום דיר פֿון רונד אַרום, און װעל אַנטפּלעקן דײַן שאַנד פֿאַר זײ, און זײ װעלן זען דײַן גאַנצע שאַנד.
האָט ה׳ געפּלאָגט פַּרעהן און זײַן הױזגעזינט מיט גרױסע פּלאָגן פֿון װעגן שָׂרַי, אַבֿרמס װײַב. און פַּרעה האָט גערופֿן אַבֿרמען, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו מיר? פֿאַר װאָס האָסטו מיר נישט געזאָגט אַז זי איז דײַן װײַב?
און שָׂרַי, אַבֿרמס װײַב, האָט אים נישט געבאָרן קײן קינדער; און זי האָט געהאַט אַ מִצרישע דינסט װאָס איר נאָמען איז געװען הָגָר. האָט שָׂרַי געזאָגט צו אַבֿרמען: זע נאָר, ה׳ האָט מיך פֿאַרמיטן פֿון געבערן; קום, איך בעט דיך, צו מײַן דינסט, אפֿשר װעל איך אױפֿגעריכט װערן דורך איר. האָט אַבֿרם צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון שָׂרַין. און שָׂרַי, אַבֿרמס װײַב, האָט גענומען הָגָר די מִצרית, איר דינסט, נאָכדעם װי אַבֿרם איז געזעסן אין לאַנד כּנַעַן צען יאָר, און זי האָט זי געגעבן איר מאַן אַבֿרמען פֿאַר אַ װײַב צו אים.
האָט ער געזאָגט: אומקערן װעל איך זיך אומקערן אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, און זע, שׂרה דײַן װײַב װעט האָבן אַ זון. און שׂרה האָט זיך אײַנגעהערט אין אײַנגאַנג פֿון געצעלט װאָס הינטער אים. – און אבֿרהם און שׂרה זײַנען געװען באַטאָגטע זקנים; בײַ שׂרהן האָט אױפֿגעהערט צו זײַן דער שטײגער װי בײַ װײַבער. – און שׂרה האָט געלאַכט אין זיך אַזױ צו זאָגן: נאָכדעם װי איך בין אַלט געװאָרן, זאָל איך נאָך האָבן תּענוג? דערצו איז מײַן האַר אַלט.
און אַזױ װי אוֹנָן האָט געװוּסט אַז דער זאָמען װעט נישט געהערן צו אים, איז, אַז ער איז געקומען צו זײַן ברודערס װײַב, האָט ער אױסגעבראַכט צו דער ערד, כּדי נישט צו געבן אַ זאָמען צו זײַן ברודער. איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳ װאָס ער האָט געטאָן, און ער האָט אים אױך געטײט.
און דָוִד האָט געטרײסט זײַן װײַב בַת-שֶבֿען, און ער איז געקומען צו איר, און איז געלעגן מיט איר. און זי האָט געבאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען שלמה, און ה׳ האָט אים ליב געהאַט.
און אַבֿיָה האָט זיך באַפֿעסטיקט. און ער האָט זיך גענומען פֿערצן װײַבער, און האָט געבאָרן צװײ און צװאַנציק זין, און זעכצן טעכטער.
דאָס איז דער תֹּורַת קִנְאָה: אַז אַ װײַב װעט אַראָפּגײן פֿון װעג הינטער איר מאַן, און װעט פֿאַראומרײניקט װערן, אָדער אַז אַ גײַסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אַ מאַן, און ער װעט װערן אײפֿערזיכטיק אױף זײַן װײַב, זאָל ער שטעלן די װײַב פֿאַר ה׳, און דער כּהן זאָל טאָן צו איר דעם דאָזיקן דין.
זינג, דו עקרה, װאָס האָט נישט געבאָרן,
ברעך אױס אין געזאַנג און שרײַ אױס,
דו װאָס האָסט נישט געװײטאָקט;
װאָרעם מער זײַנען די קינדער פֿון דער װיסטער,
װי די קינדער פֿון דער באַמאַנטער, זאָגט ה׳.
פֿרײען פֿרײ איך זיך מיט ה׳,
לוסטיק איז מײַן זעל מיט מײַן ג-ט,
װאָרעם ער האָט מיר אָנגעטאָן קלײדער פֿון הילף,
אַ מאַנטל פֿון גערעכטיקײט מיר אַרומגעװיקלט,
װי אַ חתן טוט אָן אַ כּהן-הױב,
און װי אַ כּלה צירט זיך אָן מיט אירע תַּכשיטין.
דײַן װײַב װי אַ פֿרוכטיקער װײַנשטאָק,
אין די װינקלען פֿון דײַן הױז;
דײַנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן,
רונד אַרום דײַן טיש.