Dinheiro
O dinheiro é ferramenta que pode ser usada para o bem ou para o mal. A Bíblia nos ensina a administrar recursos com sabedoria, generosidade e temor ao Senhor.
Perspectiva bíblica
Guardai-vos da avareza. A vida não consiste na abundância de bens. O dinheiro é servo, nunca senhor.
הײבסט אױף דײַנע אױגן דערױף, און שױן איז עס נישטאָ;
װאָרעם מאַכן פֿליגלען מאַכט עס זיך,
װי אַן אָדלער װאָס פֿליט צום הימל.
זאָלסטו זיך נישט מאַטערן צו װערן רײַך;
פֿון זינען שלאָג עס דיר אַרױס.
אַז דאָס גוטס מערט זיך, מערן זיך זײַנע עסערס; און װאָס קומט אַרױס דעם אײגנטימער, אַחוץ דאָס אָנקוקן מיט זײַנע אױגן?
Administrar com sabedoria
Honra ao Senhor com as tuas primícias. O sábio administra seus recursos com prudência e visão de eternidade.
גיב כּבֿוד צו ה׳ פֿון דײַן גוטס,
און פֿונעם ערשטן פֿון אַל דײַן תּבֿואה,
די ברכה פֿון ה׳, זי מאַכט רײַך,
מע דאַרף צו מאָל נישט צולײגן מי דערבײַ.
אומגערעכטע אוֹצרות נוצן נישט,
אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.
אַ רײַכטום פֿון דער לופֿט װערט געמינערט,
אָבער דער װאָס קלײַבט ביסלעכװײַז פֿאַרמערט.
װי בעסער זיך אײַנצוקױפֿן חכמה אײדער גאָלד!
און זיך אײַנצוקױפֿן שׂכל איז בילכער װי זילבער.
אַ נאָמען איז בעסער פֿון גרױס עשירות,
אַ גוטער חן, פֿון זילבער און פֿון גאָלד.
בעסער װינציק מיט מורא פֿאַר ה׳,
אײדער אַ גרױסער אוצר מיט צעטומלטקײט דערבײַ.
װאָס איז באַגערט אין אַ מענטש איז זײַן גענאָד;
און בעסער אַן אָרעמאַן אײדער אַ כּזבֿן.
פֿאַלשקײט און װערטער פֿון ליגן דערװײַטער פֿון מיר;
נישט אָרימקײט און נישט עשירות זאָלסטו מיר געבן,
שפּײַז מיך מיט ברױט פֿאַר מײַן אױסקומעניש;
Perigos e armadilhas
Quem quer enriquecer cai em tentação. Fuja do amor ao dinheiro e busque contentamento no Senhor.
פֿאַרמעג נוצט נישט אין טאָג פֿון צאָרן,
אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.
דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקטע שטאָט,
און װי אין אַ הױכער מױער איז ער אין זײַן אײַנבילדעניש.
Tudo vem de Deus
De ti vem tudo, e das tuas mãos to damos. Os tributos são devidos — dai a César o que é de César e a Deus o que é de Deus.
װאָרעם װער בין איך, און װער איז מײַן פֿאָלק, אַז מיר זאָלן האָבן בכּוֹח מנדבֿ צו זײַן אַזױ-װאָס? נאָר פֿון דיר איז אַלץ, און פֿון דײַן האַנט האָבן מיר דיר געגעבן.
בעסער דאָס ביסל בײַם צדיק,
אײדער די שפֿע פֿון פֿיל רשעים.
װאָרעם די אָרעמס פֿון די רשעים װעלן צעבראָכן װערן,
אָבער די צדיקים לענט אונטער ה׳.
מיט דעם װעג פֿון דײַנע צײגנים האָב איך מיך געפֿרײט
װי מיט אַלע עשירות.