Pular para o conteúdo
Publicidade

Educação das crianças

Por Bíblia Online

A educação cristã dos filhos é responsabilidade sagrada dos pais. A Bíblia ensina a instruir, disciplinar e modelar a fé desde a tenra idade, formando gerações que temem ao Senhor.

Instruir nos caminhos de Deus

Instrui a criança no caminho em que deve andar. A educação bíblica molda o caráter e estabelece fundamentos para a vida.

געװײנען דעם ייִנגל אױף זײַן װעג;

אַפֿילו אַז ער װעט אַלט װערן, װעט ער זיך נישט אָפּקערן דערפֿון.

נאַרישקײט איז אײַנגעבונדן בײַ דעם ייִנגל אין האַרצן,

די שטראָפֿרוט װעט זי דערװײַטערן פֿון אים.

הערט צו, קינדער, דעם מוסר פֿון אַ פֿאָטער,

און פֿאַרנעמט, כּדי צו קענען פֿאַרשטאַנדיקײט.

הער צו, מײַן זון, דעם מוסר פֿון דײַן פֿאָטער,

און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער;

װאָרעם אַ קראַנץ פֿון חן װעלן זײ זײַן פֿאַר דײַן קאָפּ,

און האַלדזבענדער פֿאַר דײַן האַלדז.

איר מױל עפֿנט זי מיט חכמה,

און די לערנונג פֿון גענאָד איז אױף איר צונג.

און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.

און זאָלסט ליב האָבן ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, און מיט דײַן גאַנצן כּוֹח. און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.

און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.

דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט אין חוֹרֵבֿ, װען ג-ט האָט צו מיר געזאָגט: זאַמל אײַן צו מיר דאָס פֿאָלק, און איך װעל זײ לאָזן הערן מײַנע װערטער, כּדי זײ זאָלן לערנען מורא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג װאָס זײ לעבן אױף דער ערד, און אױך זײערע קינדער זאָלן זײ לערנען.

און איר זאָלט אַרײַנטאָן מײַנע דאָזיקע װערטער אין אײַער האַרצן, און אין אײַער זעל, און איר זאָלט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף אײַער האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ קאָפּ-ציערונג צװישן אײַערע אױגן. און איר זאָלט זײ לערנען אײַערע קינדער, רעדנדיק דערפֿון װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף. און זאָלסט זײ אױפֿשרײַבן אױף די בײַשטידלעך פֿון דײַן הױז, און אױף דײַנע טױערן; כּדי אײַערע טעג און די טעג פֿון אײַערע קינדער זאָלן זיך מערן אױף דער ערד װאָס ה׳ האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן זײ צו געבן, אַזױ װי די טעג פֿון די הימלען איבער דער ערד.

Disciplina e amor

A vara e a repreensão dão sabedoria. A disciplina é expressão de amor que protege e forma o caráter dos filhos.

די רוט און מוסר גיבן חכמה,

און אַ לױזגעלאָזט ייִנגל ברענגט שאַנד זײַן מוטער.

שטראָף דײַן זון, און ער װעט דיר אָנטאָן נַחַת,

און געבן תּענוג צו דײַן זעל.

דער װאָס קאַרגט זײַן רוט, האָט פֿײַנט זײַן זון,

און דער װאָס האָט אים ליב, שטראָפֿט מוסר אים באַצײַטנס.

זאָלסט נישט פֿאַרמײַדן שטראָף פֿון דעם ייִנגל;

אַז דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט, װעט ער נישט שטאַרבן.

דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט,

און װעסט מציל זײַן זײַן זעל פֿון דער שְׁאֹול.

שטראָף דײַן זון, װען עס איז נאָך דאָ אַ האָפֿענונג,

אָבער זאָלסט זיך נישט אָנלײגן אים אומצוברענגען.

Ensinar pelas Escrituras

Desde a infância conheces as sagradas letras. As Escrituras formam, equipam e capacitam para toda boa obra.

אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן.

פֿאַרנעם, מײַן פֿאָלק, מײַן לערנונג,

נײַגט אײַער אױער צו די װערטער פֿון מײַן מױל.

איך װעל עפֿענען מיט אַ משל מײַן מױל,

איך װעל רעדן רעטענישן פֿון פֿאַרצײַטן.

װאָס מיר האָבן געהערט און מיר װײסן,

און אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט,

װעלן מיר נישט פֿאַרהױלן פֿון זײערע קינדער;

דערצײלנדיק דעם שפּעטערדיקן דור

די לױבן פֿון ה׳ און זײַן שטאַרקײט,

און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן.

װאָס מיר האָבן געהערט און מיר װײסן,

און אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט,

װעלן מיר נישט פֿאַרהױלן פֿון זײערע קינדער;

דערצײלנדיק דעם שפּעטערדיקן דור

די לױבן פֿון ה׳ און זײַן שטאַרקײט,

און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן.

װעלן מיר נישט פֿאַרהױלן פֿון זײערע קינדער;

דערצײלנדיק דעם שפּעטערדיקן דור

די לױבן פֿון ה׳ און זײַן שטאַרקײט,

און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן.

װאָרעם ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ צײגנים אין יעקבֿ,

און אַ תּורה געמאַכט אין יִשׂרָאֵל,

װאָס ער האָט באַפֿױלן אונדזערע עלטערן,

זײ צו מאַכן װיסן זײערע קינדער;

כּדי װיסן זאָל דער שפּעטערדיקער דור,

די קינדער װאָס װעלן געבאָרן װערן;

זײ זאָלן אױפֿשטײן און דערצײלן זײערע קינדער.

און זײ זאָלן לײגן אױף אלֹקים זײער בטחון,

און נישט פֿאַרגעסן די אױפֿטוען פֿון אֵל,

און זײַנע געבאָט זאָלן זײ היטן;

דער מלאך פֿון ה׳ לאַגערט אַרום זײַנע פֿאָרכטער,

און ער טוט זײ דערלײזן.

באַטראַכט און זעט אַז ה׳ איז גוט;

װױל צו דעם מאַן װאָס שיצט זיך אין אים.

פֿאָרכט ה׳, איר זײַנע הײליקע,

װאָרעם זײַנע פֿאָרכטער װעט נישט פֿעלן.

יונגלײבן דאַרן און הונגערן,

אָבער די װאָס זוכן ה׳ פֿעלט נישט כָּל-טובֿ.

יונגלײבן דאַרן און הונגערן,

אָבער די װאָס זוכן ה׳ פֿעלט נישט כָּל-טובֿ.

זע, די אַרב פֿון ה׳ זײַנען קינדער,

דער *שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב.

Bênção e promessa

Os filhos são herança do Senhor. A educação cristã é investimento eterno que produz frutos em todas as gerações.

האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.

װאָרעם איך װעל גיסן װאַסער אױף דאָרשטיק לאַנד,

און פֿלוסן אױף טריקעניש;

איך װעל אױסגיסן מײַן גײַסט אױף דײַן זאָמען,

און מײַן ברכה אױף דײַנע שפּראָצן.

דער לעבעדיקער, דער לעבעדיקער,

ער טוט דיך לױבן, אַזױ װי איך הײַנט;

אַ פֿאָטער מאַכט װיסן די קינדער דײַן אמת.

און אַלע דײַנע קינדער װעלן זײַן געלערנטע פֿון ה׳;

און גרױס װעט זײַן דער שלום פֿון דײַנע קינדער.

Seja o primeiro