1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון שלמהן.
אַז ה׳ בױט נישט אַ הױז,
אומזיסט מיִען זיך זײַנע בױערס אױף אים;
אַז ה׳ היט נישט אַ שטאָט,
אומזיסט װאַכט דער שומר.
2 אומזיסט אײַך, איר װאָס פֿעדערט אײַך אױפֿצושטײן,
װאָס זיצט-אױף שפּעט,
װאָס עסט ברױט מיט מאַטערניש;
אַזױ װאָס גיט ער זײַן באַליבטן אין שלאָף.
3 זע, די אַרב פֿון ה׳ זײַנען קינדער,
דער *שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב.
4 װי פֿײַלן אין דער האַנט פֿון גיבור,
אַזױ זײַנען קינדער פֿון דער יוגנט.
5 װױל צו דעם מאַן
װאָס האָט אָנגעפֿילט זײַן פֿײַלבײַטל מיט זײ!
זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן,
אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿײַנט אין טױער.