Pular para o conteúdo
Publicidade

Esperar no Senhor

Por Bíblia Online

Esperar no Senhor é ato de fé e confiança. A Bíblia promete que os que esperam em Deus renovam as forças, recebem direção e experimentam a fidelidade divina no tempo certo.

Renovar as forças

Os que esperam no Senhor renovam as forças. Sobem como águias, correm e não se cansam, caminham e não se fatigam.

אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,

זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;

זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,

זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.

אָבער פֿון דעסט װעגן טוט ה׳ האַרן

אײַך צו לײַטזעליקן,

און פֿון דעסט װעגן טוט ער גאַרן

אײַך צו דערבאַרעמען;

װאָרעם אַ ג-ט פֿון גערעכטיקײט איז ה׳,

װױל צו די װאָס האַרן אױף אים.

האָף צו ה׳, זײַ שטאַרק,

און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ;

יאָ, האָף צו ה׳.

װען איך װאָלט נישט געגלױבט צו זען דאָס גוטס פֿון ה׳,

אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע!

האָף צו ה׳, זײַ שטאַרק,

און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ;

יאָ, האָף צו ה׳.

פֿון דָוִדן.

ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,

פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?

ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,

פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?

אַז די שלעכטסטוער גענענען צו מיר

צו עסן מײַן פֿלײש

מײַנע דריקער און מײַנע פֿײַנט

װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן.

אַז אַ מחנה זאָל לאַגערן אױף מיר,

װעט נישט מורא האָבן מײַן האַרץ;

אַז אַ מלחמה זאָל אָנשטײן אױף מיר,

בין איך פֿון דעסט װעגן זיכער.

אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳,

דאָס טו איך בעטן:

איך זאָל זיצן אין הױז פֿון ה׳

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

צו זען די ליבלעכקײט פֿון ה׳,

און זיך צו פֿעדערן אין זײַן הֵיכל.

װאָרעם ער באַהאַלט מיך אין זײַן בײַדל,

אין דעם טאָג פֿון בײז,

ער פֿאַרבאָרגט מיך אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון זײַן געצעלט,

אױף אַ פֿעלדז טוט ער מיך דערהײבן.

און אַצונד װעט זיך הײבן מײַן קאָפּ

איבער מײַנע פֿײַנט רונד אַרום מיר,

און איך װעל שלאַכטן אין זײַן געצעלט שלאַכטאָפּפֿער מיט געשאַל,

איך װעל זינגען און שפּילן צו ה׳.

הער, ה׳, מײַן קֹול טו איך רופֿן

און לײַטזעליק מיך, און ענטפֿער מיר.

מײַן האַרץ זאָגט פֿאַר דיר: זוכט מײַן פּנים!

דײַן פּנים, ה׳, טו איך זוכן.

זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר,

זאָלסט נישט אָפּנײַגן אין צאָרן דײַן קנעכט;

ביסט מײַן הילף געװען, זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן,

און זאָלסט מיך נישט פֿאַרלאָזן, אלֹקים פֿון מײַן ישועה.

אַפֿילו מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער זאָלן מיך פֿאַרלאָזן,

װעט אָבער ה׳ מיך אַרײַננעמען.

װײַז מיר, ה׳, דײַן װעג,

און פֿיר מיך אין גלײַכן שטעג,

פֿון װעגן מײַנע לױערער.

זאָלסט מיך נישט געבן אױף דעם באַראָט פֿון מײַנע פֿײַנט;

װאָרעם פֿאַלשע עדות זײַנען אױפֿגעשטאַנען קעגן מיר,

און דער װאָס אָטעמט מיט אומרעכט.

װען איך װאָלט נישט געגלױבט צו זען דאָס גוטס פֿון ה׳,

אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע!

האָף צו ה׳, זײַ שטאַרק,

און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ;

יאָ, האָף צו ה׳.

Espera paciente

Esperei com paciência no Senhor e Ele se inclinou para mim. Confie nele e descanse — Ele agirá no tempo certo.

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.

האָפֿן געהאָפֿט האָב איך אױף ה׳,

און ער האָט זיך גענײגט צו מיר,

און צוגעהערט מײַן געשרײ.

און ער האָט מיך אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער װיסטער גרוב,

פֿון דעם זומפּיקן לײם,

און ער האָט געשטעלט אױף אַ פֿעלדז מײַנע פֿיס,

ער האָט באַפֿעסטיקט מײַנע טריט.

און ער האָט געגעבן אין מײַן מױל אַ נײַ געזאַנג,

אַ לױב צו אלוקינו.

פֿיל װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן,

און װעלן זיך פֿאַרזיכערן אױף ה׳.

געבענטשט איז דער מענטש װאָס האָט געמאַכט ה׳ זײַן פֿאַרזיכערונג,

און זיך נישט געװענדט צו די האָפֿערדיקע,

און צו די װאָס קערן זיך אָפּ צו פֿאַלשקײט.

פֿיל האָסטו אױפֿגעטאָן, ה׳ מײַן ג-ט

דײַנע װוּנדער און דײַנע טראַכטונגען

פֿון אונדזערט װעגן;

נישטאָ קײן גלײַכן צו דיר.

זאָל איך דערצײלן און זאָגן,

זײַנען זײ צו פֿיל אױסצורעכענען.

שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער האָסט דו נישט פֿאַרלאַנגט,

אָבער מײַנע אױערן האָסטו דו אױפֿגעמאַכט

בראַנדאָפּפֿער און זינדאָפּפֿער פֿאַרלאַנגסטו נישט.

דערום האָב איך געזאָגט: זע, איך בין געקומען,

אין די מגלה פֿון דעם סֵפֿר איז װעגן מיר געשריבן.

צו טאָן דײַן רָצון, מײַן ג-ט, האָב איך באַגערט,

און דײַן תּורה איז אין מײַנע אינגעװײד.

איך האָב מבֿשׂר זײַן גערעכטיקײט אין אַ גרױס געזעמל;

זע, מײַנע ליפּן טו איך נישט פֿאַרמײַדן;

ה׳, דו װײסט דאָך.

דײַן גערעכטיקײט האָב איך נישט פֿאַרדעקט אין מײַן האַרצן,

דײַן טרײַשאַפֿט און דײַן הילף האָב איך דערצײלט;

איך האָב נישט פֿאַרהױלן דײַן גענאָד

און דײַן אמת פֿאַרן גרױסן געזעמל.

נישט פֿאַרמײַדן זאָלסטו דו, ה׳, דײַן דערבאַרעמונג פֿון מיר,

דײַן גענאָד און דײַן אמת זאָלן מיך תּמיד באַהיטן.

װאָרעם אַרומגערינגלט האָבן מיך בײזן אַזש אָן צאָל,

דערגרײכט האָבן מיך מײַנע זינד,

אַז איך קען נישט זען;

זײ זײַנען מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ,

און מײַן האַרץ האָט מיך פֿאַרלאָזן.

באַװיליק, ה׳, מיך מציל צו זײַן,

ה׳, אײַל מיר צו הילף.

אונדזער זעל האָט געהאַרט אױף ה׳,

אונדזער הילף און אונדזער שילד איז ער.

װאָרעם מיט אים פֿרײט זיך אונדזער האַרץ,

װאָרעם אױף זײַן הײליקן נאָמען האָבן מיר זיך פֿאַרזיכערט.

זאָל דײַן חֶסֶד, ה׳, זײַן אױף אונדז,

אַזױ װי מיר האָבן געהאָפֿט צו דיר.

איך האָב געהאָפֿט אױף ה׳,

געהאָפֿט האָט מײַן זעל,

און אױף זײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.

מײַן נפֿש קוקט אױס אױף אֲדֹנָי

מער װי װעכטער אױף פֿרימאָרגן,

װעכטער אױפֿן פֿרימאָרגן.

רַק זײ עֵצהן זיך פֿון זײַן הױכקײט אים אַראָפּצושטױסן;

זײ האָבן הנאה פֿון ליגן;

מיט זײער מױל בענטשן זײ,

און אין זיך שילטן זײ.

סֶלָה.

האָף צו ה׳, און היט זײַן װעג,

און ער װעט דיך דערהײבן צו אַרבן דאָס לאַנד;

װעסט צוזען װי די רשעים װערן פֿאַרשניטן.

Confiança e perseverança

Confie no Senhor de todo o coração. Sede pacientes na tribulação — o Senhor é fiel e cumprirá todas as suas promessas.

פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,

און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.

אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,

און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.

Seja o primeiro