Pular para o conteúdo
Publicidade

Estudar a Bíblia

Por Bíblia Online

Estudar a Bíblia é mergulhar na mente de Deus. A Palavra é lâmpada para os pés, espada do Espírito e alimento para a alma. O cristão que estuda cresce em sabedoria e maturidade.

A importância do estudo

Os bereanos eram mais nobres porque examinavam as Escrituras diariamente. Estudar a Bíblia é mandamento e privilégio.

Meditar e guardar

Não se aparte a lei do Senhor da tua boca. Medita nela de dia e de noite para que cumpras tudo o que nela está escrito.

דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרעם דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן.

אַ ליכט פֿאַר מײַן פֿוס איז דײַן װאָרט,

און אַ ליכטיקײט פֿאַר מײַן שטעג.

װי ליב איך האָב דײַן תּורה!

אַ גאַנצן טאָג איז זי מײַן טראַכטונג.

קליגער פֿון מײַנע פֿײַנט מאַכן מיך דײַנע געבאָט,

װאָרעם זײ זײַנען אײביק בײַ מיר.

פֿון אַלע מײַנע לערער בין איך פֿאַרשטאַנדיקער,

װאָרעם דײַנע צײגנים זײַנען מײַן טראַכטונג.

מיט װאָס קען אַ יונגער מענטש האַלטן רײן זײַן װעג?

צו זײַן אָפּגעהיט לױט דײַן װאָרט.

מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;

לאָז מיך נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט.

אין מײַן האַרצן האָב איך באַהאַלטן דײַן װאָרט,

כּדי איך זאָל נישט זינדיקן צו דיר.

געלױבט ביסטו, ה׳;

לערן מיך דײַנע געזעצן.

מיט מײַנע ליפּן האָב איך דערצײלט

אַלע משפּטים פֿון דײַן מױל.

מיט דעם װעג פֿון דײַנע צײגנים האָב איך מיך געפֿרײט

װי מיט אַלע עשירות.

איך טראַכט אָן דײַנע באַפֿעלן,

און איך קוק אױף דײַנע װעגן.

מיט דײַנע געזעצן קװיק איך מיך,

איך פֿאַרגעס נישט דײַן װאָרט.

ג

איך װעל דיך לױבן מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן,

װען איך לערן דײַנע גערעכטע משפּטים.

Estudo diligente

Esdras preparou o coração para buscar e ensinar a lei. O estudo exige disciplina, constância e coração aberto.

װאָרעם אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חודש איז געװען דער אָנהײב פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון בָבֿל, און אין ערשטן טאָג פֿון פֿינפֿטן חודש איז ער אָנגעקומען קײן ירושָלַיִם, לױט דער גוטער האַנט פֿון זײַן ג-ט אױף אים. װאָרעם עֶזְרָא האָט געקערט זײַן האַרץ צו פֿאָרשן ה׳ס תּורה, און צו טאָן, און צו לערנען אין יִשׂרָאֵל חוקים און געזעצן.

און זאָלסט ליב האָבן ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, און מיט דײַן גאַנצן כּוֹח. און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף. און זאָלסט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ קאָפּ-ציערונג צװישן דײַנע אױגן. און זאָלסט זײ אױפֿשרײַבן אױף די בײַשטידלעך פֿון דײַן הױז, און אױף דײַנע טױערן.

און עס װעט זײַן, אַז ער זעצט זיך אױף דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה, זאָל ער זיך אױפֿשרײַבן אַן איבערחזרונג פֿון דער דאָזיקער תּורה אױף אַ בוך, פֿון דער װאָס פֿאַר די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי. און דאָס זאָל זײַן בײַ אים, און ער זאָל לײענען דערין אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, כּדי ער זאָל לערנען מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ זײַן ג-ט, צו היטן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה, און די דאָזיקע געזעצן, זײ צו טאָן; אַז זײַן האַרץ זאָל זיך נישט דערהײבן איבער זײַנע ברידער, און ער זאָל זיך נישט אָפּקערן פֿון די געבאָט רעכטס אָדער לינקס, כּדי ער זאָל מַאֲריך-ימים זײַן אױף זײַן מלוכה, ער און זײַנע קינדער, צװישן יִשׂרָאֵל.

די שפּריכװערטער פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל;

כּדי צו װיסן חכמה און מוסר,

צו פֿאַרשטײן די װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט;

צו נעמען דעם מוסר פֿון קלוגשאַפֿט,

גערעכטיקײט און רעכט און יושר;

צו געבן די נאַרן געשײַטקײט,

דעם יונגן קענשאַפֿט און געדאַנקען;

דער חכם זאָל הערן און מערן לערנונג,

און דער פֿאַרשטאַנדיקער זאָל קריגן תּחבוּלות;

צו פֿאַרשטײן אַ שפּריכװאָרט און אַ מליצה,

די װערטער פֿון די חכמים און זײערע רעטענישן.

מײַן זון, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן מײַן לערנונג,

און מײַנע געבאָט זאָל היטן דײַן האַרץ.

װאָרעם אַריכת-ימים און יאָרן פֿון לעבן

און פֿריד װעלן זײ דיר צוגעבן.

האַלט זיך אָן מוסר, זאָלסט נישט אָפּלאָזן,

היט דאָס אָפּ, װאָרעם דאָס איז דײַן לעבן.

װאָרעם דאָס געבאָט איז אַ ליכט, און די לערנונג אַ ליכטיקײט,

און דער װעג פֿון לעבן זײַנען שטראָפֿרײד פֿון מוסר;

Proteção e crescimento

Quem ignora a Palavra perece. Toda Escritura é útil — crescei na graça e no conhecimento do nosso Senhor.

פֿאַרשניטן װערט מײַן פֿאָלק פֿון נישט װיסנשאַפֿט;

װײַל דו האָסט פֿאַראַכט װיסנשאַפֿט,

דערום האָב איך דיך פֿאַראַכט פֿון צו זײַן מיר אַ כּהן;

אַז דו האָסט פֿאַרגעסן די תּורה פֿון דײַן ג-ט,

װעל איך אױך פֿאַרגעסן אָן דײַנע קינדער.

צו דער תּורה און צו דעם עדות, װען זײ זאָגן נישט אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט, אַזױ איז עס װײַל זײ האָט נישט קײן מאָרגן ליכט.

Seja o primeiro