Namoro e sexo
Namoro e sexo são temas que a Bíblia trata com clareza e sem tabus. Deus criou o sexo como bênção dentro do casamento e nos chama à pureza fora dele.
Pureza sexual
A vontade de Deus é a santificação. Cada um saiba controlar seu próprio corpo em santidade e honra, não na paixão do desejo.
Arrependimento e restauração
Bem-aventurado aquele cujo pecado é perdoado. Deus restaura os que se arrependem e cria neles um coração limpo e renovado.
פֿון דָוִדן אַ באַטראַכטונג.
װױל צו דעם װאָס זײַן פֿאַרברעך איז פֿאַרגעבן,
װאָס זײַן חטא װערט פֿאַרדעקט.
װױל צו דעם מענטשן װאָס ה׳ רעכנט אים נישט קײן זינד,
און אין זײַן גײַסט איז נישטאָ קײן באַטרוג.
אַז איך האָב געשװיגן, האָבן מײַנע בײנער געפֿױלט,
פֿון מײַן קרעכצן אַ גאַנצן טאָג.
װאָרעם טאָג און נאַכט פֿלעגט שװער זײַן אױף מיר דײַן האַנט,
מײַן זאַפֿט איז פֿאַרביטן געװאָרן װי אין פֿאַרטריקנטע זומעראױפּס.
סֶלָה.
האָב איך דיך געלאָזט װיסן מײַן חטא,
און מײַן זינד האָב איך נישט פֿאַרדעקט.
איך האָב געזאָגט: איך װעל זיך מודה זײַן אױף מײַנע
פֿאַרברעכן צו ה׳;
און דו האָסט פֿאַרגעבן די שולד פֿון מײַן זינד. סֶלָה.
אױף דעם זאָל איטלעכער פֿרומער מתפּלל זײַן צו דיר,
אין דער צײַט װאָס מע קען דיך געפֿינען:
אַז די גרױסע װאַסערן פֿלײצן איבער,
זאָלן זײ צו אים אָבער נישט דערגרײכן.
װען נָתָן דער נבֿיא איז געקומען צו אים, נאָך דעם װי ער איז געקומען צו בַת-שֶבֿען.
לײַטזעליק מיך, אלֹקים, לױט דײַן חֶסֶד,
לױט דײַן גרױס דערבאַרעמונג מעק אָפּ מײַנע פֿאַרברעכן.
װאַש מיך אָפּ אין גאַנצן פֿון מײַן זינד,
און פֿון מײַן חטא טו מיך רײניקן.
זע, אין זינד בין איך געבאָרן געװאָרן,
און אין חטא האָט מיך מײַנע מוטער פֿאַרשװענגערן.
אמת באַגערסטו דאָך אין די נירן,
טאָ לערן מיך חכמה װוּ עס איז פֿאַרהױלן.
זאָלסט מיך רײניקן מיט אֵזוֹבֿ-גראָז,
אַז איך זאָל רײן װערן,
זאָלסט מיך װאַשן,
ביז װײַסער פֿון שנײ זאָל איך װערן.
זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;
זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.
פֿאַרבאָרג דײַן פּנים פֿון מײַנע חטאָים,
און אַלע מײַנע זינד פֿאַרמעק.
אַ רײן האַרץ באַשאַף אין מיר, אָ אלֹקים,
און אַ פֿעסט גײַסט באַנײַ אין מיר.