Não temas
'Não temas' é uma das frases mais repetidas na Bíblia. Deus a pronuncia nos momentos de maior temor, lembrando que sua presença e poder são maiores que qualquer ameaça.
Deus está contigo
Não temas, porque eu sou contigo. Deus repete essa promessa em cada crise, guerra e desafio que seus filhos enfrentam.
זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך בין מיט דיר,
זאָלסט זיך נישט אומקוקן, װאָרעם איך בין דײַן ג-ט;
איך שטאַרק דיך און איך העלף דיך,
און איך לען דיך אונטער מיט דער רעכטער האַנט פֿון מײַן גערעכטיקײט.
װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט
װאָס האַלט דײַן רעכטע האַנט,
דער װאָס זאָגט צו דיר:
זאָלסט נישט מורא האָבן, איך העלף דיך.
זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם יעקבֿ, הײפֿעלע יִשׂרָאֵל;
איך העלף דיך, זאָגט ה׳,
און דײַן אױסלײזער איז דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.
אױף אַ הױכן באַרג גײ דיר אַרױף,
מבֿשׂרת פֿון צִיוֹן;
הײב אױף מיט כּוֹח דײַן קֹול,
מבֿשׂרת פֿון ירושָלַיִם;
הײב אױף, האָב נישט מורא,
זאָג צו די שטעט פֿון יהוּדה: אָט איז אלוקיכם!
פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט פֿאָרכטן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז מיט דיר אומעטום װוּ דו װעסט גײן.
זײַט שטאַרק און פֿעסט, איר זאָלט נישט מורא האָבן און זיך נישט שרעקן פֿאַר זײ, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט, ער איז דער װאָס גײט מיט דיר; ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן.
נאָך די דאָזיקע געשעענישן איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אַבֿרמען אין אַ זעונגען, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט מורא האָבן, אַבֿרם, איך בין דיר אַ שילד; דײַן שׂכר איז זײער גרױס.
Coragem diante do perigo
Não tenhas medo — o Senhor teu Deus está no meio de ti, poderoso para salvar. Ele luta por nós e dá forças aos medrosos.
אין יענעם טאָג װעט געזאָגט װערן צו ירושָלַיִם:
זאָלסט נישט מורא האָבן;
צִיוֹן, נישט שלאַף װערן זאָלן דײַנע הענט.
ה׳ דײַן ג-ט איז צװישן דיר,
אַ גיבור װאָס העלפֿט;
ער װעט זיך פֿרײען מיט שׂימחה אױף דיר,
ער װעט פֿאַרשװײַגן אין זײַן ליבשאַפֿט,
ער װעט זיך פֿרײען אױף דיר מיט געזאַנג.
האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן; װאָרעם די װאָס מיט אונדז זײַנען מער װי די װאָס מיט זײ.
און אֶלישע האָט מתפּלל געװען און האָט געזאָגט: ה׳ עפֿן, איך בעט דיך, זײַנע אױגן, און זאָל ער זען. האָט ג-ט געעפֿנט די אױגן פֿון דעם יונג, און ער האָט געזען, ערשט דער באַרג איז פֿול מיט פֿערד און רײַטװעגן פֿײַערדיקע רונד אַרום אֶלישען.
זאָלסט נישט מורא האָבן, ערד,
פֿרײ זיך און זײ לוסטיק,
װאָרעם גרױס געטאָן האָט ה׳.
האָט ה׳ צו מיר געזאָגט:
זאָלסט נישט זאָגן: איך בין אַ ייִנגל,
נײַערט אומעטום װוּ איך װעל דיך שיקן זאָלסטו גײן,
און אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן זאָלסטו רעדן.
זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ,
װאָרעם איך בין מיט דיר, דיך מציל צו זײַן,
זאָגט ה׳.
און דו מענטשנקינד, זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, און נישט מורא האָבן פֿאַר זײערע רײד, הגם דערנער און שטעכגעװעקס זײַנען אַרום דיר, און צװישן שקאָרפּיאָנען טוסטו זיצן; פֿאַר זײערע רײד זאָלסטו נישט מורא האָבן, און פֿאַר זײער פּנים זאָלסטו נישט אַנגסטן; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. און זאָלסט רעדן מײַנע װערטער צו זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן; װאָרעם לױטער װידערשפּעניקײט זײַנען זײ.
Fé que vence o medo
O medo não vem de Deus. Jesus disse: não temas, crê somente! A fé dissipa o medo e nos conecta ao poder de Deus.