Pular para o conteúdo
Publicidade

Sexo

Por Bíblia Online

A Bíblia trata a sexualidade como um presente de Deus para o contexto do casamento. As Escrituras celebram a intimidade conjugal e orientam sobre pureza e santidade sexual.

A sexualidade no plano de Deus

Desde a criação, Deus projetou a intimidade sexual como expressão de amor entre marido e mulher, abençoando a união conjugal.

און אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין זײַן געשטאַלט;

אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים האָט ער אים באַשאַפֿן;

אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן.

און אלֹקים האָט זײ געבענטשט, און אלֹקים האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד, און באַצװינגט זי, און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד.

דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש.

זאָל דײַן קװאַל זײַן געבענטשט,

און פֿרײ זיך מיט דער װײַב פֿון דײַן יוגנט.

די ליבלעכע הינדין, און די חֵנעװדיקע הירשין,

אירע בריסט זאָלן דיך זעטן אין אַלע צײַטן,

און צו איר ליבשאַפֿט זאָלסטו זײַן איבערגעגעבן תּמיד.

A santidade na intimidade

O leito conjugal é honroso. A Bíblia celebra a alegria da intimidade dentro do casamento e orienta o casal ao amor e respeito mútuo.

און קײן אײנער װעט דאָס נישט טאָן

װאָס האָט אַן איבערבלײַב פֿון גײַסט.

װאָרעם װאָס פֿאַרלאַנגט יעטװעדער אײנער?

אַ זאָמען פֿון אלֹקים.

דערום זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט אין אײַער גײַסט,

און אָן דער װײַב פֿון זײַן יוגנט זאָל מען נישט פֿעלשן.

Pureza sexual

Deus nos chama à santificação e à fuga da imoralidade. O corpo do cristão é templo do Espírito Santo e deve ser tratado com honra.

זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס הױז; זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, אָדער זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.

איר זאָלט נישט גענענען קײן אײנער צו אַ שום לײַבנאָנטער זײַנער, צו אַנטפּלעקן די שאַנד: איך בין ה׳.

די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער, און די שאַנד פֿון דײַן מוטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: זי איז דײַן מוטער, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.

די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער איז דאָס.

די שאַנד פֿון דײַן שװעסטער, דײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער דײַן מוטערס טאָכטער, געבאָרן אין הױז, אָדער געבאָרן פֿון אױסן זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן.

די שאַנד פֿון דײַן זונס טאָכטער, אָדער פֿון דײַן טאָכטערס טאָכטער זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן שאַנד זײַנען זײ.

די שאַנד פֿון דער טאָכטער פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב, געבאָרן פֿון דײַן פֿאָטער זי איז דײַן שװעסטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.

די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן פֿאָטערס לײַבנאָנטע איז זי.

די שאַנד פֿון דײַן מוטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן מוטערס לײַבנאָנטע איז זי.

די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס ברודער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: צו זײַן װײַב זאָלסטו נישט גענענען; דײַן מומע איז זי.

די שאַנד פֿון דײַן שנור זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן זונס װײַב איז זי, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.

די שאַנד פֿון דײַן ברודערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן ברודער איז דאָס.

די שאַנד פֿון אַ פֿרױ מיט איר טאָכטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן. איר זונס טאָכטער, אָדער איר טאָכטערס טאָכטער, זאָלסטו נישט נעמען, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד; אירע לײַבנאָנטע זײַנען זײ, איז דאָס אַ שענדלעכקײט.

און אַ פֿרױ צו איר שװעסטער זאָלסטו נישט נעמען צו זײַן אַ מיטװײַב, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד לעבן יענער בײַ איר לעבן.

און צו אַ פֿרױ אין דער אָפּזונדערונג פֿון איר אומרײנקײט זאָלסטו נישט גענענען צו אַנטפּלעקן איר שאַנד.

און מיט דער װײַב פֿון דײַן חבֿר זאָלסטו נישט האָבן אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר.

און פֿון דײַנע קינדער זאָלסטו נישט געבן אױף מקריבֿ זײַן צו מוֹלֶך, און זאָלסט נישט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון דײַן ג-ט: איך בין ה׳.

און מיט אַ מאַנספּאַרשױן זאָלסטו נישט ליגן אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ; אַן אומװערדיקײט איז דאָס.

און מיט קײן בהמה זאָלסטו נישט ליגן, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר; און אַ פֿרױ זאָל נישט שטײן פֿאַר אַ בהמה צו ליגן מיט איר; אַ פֿאַרמישונג איז דאָס.

Seja o primeiro