A última palavra vem do Senhor
A última palavra pertence ao Senhor. Os planos do homem estão sujeitos à soberania de Deus. Ele rege toda a história e nenhum de seus propósitos pode ser frustrado.
דעם מענטשנס זײַנען די צוגרײטענישן פֿון האַרצן,
אָבער פֿון ה׳ איז דער ענטפֿער פֿון דער צונג.
אַלץ האָט ה׳ געמאַכט פֿאַר זײַן צװעק,
און אױך דעם רשע פֿאַרן טאָג פֿון בײז.
נישט אַ מאַן איז אֵל, ער זאָל ליגן זאָגן,
נישט אַ מענטשנקינד, ער זאָל חרטה האָבן.
אַז ער זאָגט, װעט ער דען נישט טאָן?
און אַז ער רעדט, װעט ער עס נישט מקײם זײַן?
האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: איז די האַנט פֿון ה׳ קורץ? אַצונד װעסטו זען, אױב מײַן װאָרט װעט דיר געשען אָדער נישט.
אַזױ װעט זײַן מײַן װאָרט װאָס גײט אַרױס פֿון מײַן מױל:
עס װעט זיך נישט אומקערן צו מיר לײדיק,
נײַערט עס װעט טאָן װאָס איך האָב געװאָלט,
און באַגליקן אום װאָס איך האָב עס געשיקט.
זע, איך בין ה׳ דער ג-ט פֿון אַלע לײַבער; איז דען פֿאַרמיטן פֿון מיר אַ שום זאַך?
איך װײס אַז אַלץ קענסטו טאָן,
און קײן טראַכטונג איז נישט פֿאַרמיטן פֿון דיר.
אַלץ װאָס ה׳ באַגערט, טוט ער,
אין הימל און אױף דער ערד,
אין די ימען און אַלע תּהומען.
זע, עס קומט, און עס געשעט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; דאָס איז דער טאָג װאָס איך האָב אָנגעזאָגט.