Pular para o conteúdo
Publicidade

Amor próprio

Por Bíblia Online

O amor próprio saudável reconhece o valor que Deus nos deu. Fomos criados à imagem de Deus, maravilhosamente formados. Aceitar-se é honrar o Criador.

איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;

װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,

און מײַן זעל װײס דאָס װױל.

און װי האַרב פֿאַר מיר זײַנען דײַנע טראַכטונגען, אֵל,

װי געװאַלטיק איז זײער מיספּר!

זאָל איך זײ צײלן, זײַנען זײ מער פֿון זאַמד,

זאָל איך דערגײן צום סוף, דאַרף מײַן דױער זײַן װי דײַנער.

פֿון דעם מױל פֿון עופֿעלעך און זױגעדיקע

האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן מאַכט;

פֿון װעגן דײַנע פֿײַנט

כּדי שטיל צו מאַכן דעם שׂונא און ראַכענעמער.

אַז איך זע די הימלען, דאָס װערק פֿון דײַנע פֿינגער,

די לבֿנה און שטערן װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט

װאָס איז אַ מענטש, אַז דו זאָלסט אים געדענקען?

און אַ מענטשנקינד, אַז דו זאָלסט אים דערמאָנען?

ער שטעלט אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן,

פֿון מיסטן דערהײבט ער דעם אבֿיון,

צו זעצן מיט פֿירשטן,

מיט די פֿירשטן פֿון זײַן פֿאָלק.

האָט ה׳ געזאָגט צו שמוּאֵלן: זאָלסט נישט קוקן אױף זײַן אױסזען, און אױף זײַן הױכן װוּקס, װאָרעם איך װיל אים נישט; װאָרעם עס איז נישט װי דער מענטש זעט; װײַל דער מענטש זעט נאָכן אָנבליק, אָבער ה׳ זעט נאָכן האַרצן.

Seja o primeiro