Ano novo
O Ano Novo é oportunidade de renovação e consagração. A Bíblia convida a esquecer o que ficou para trás e avançar em fé, confiança e esperança em Deus.
זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;
זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.
פֿאַרבאָרג דײַן פּנים פֿון מײַנע חטאָים,
און אַלע מײַנע זינד פֿאַרמעק.
האַר צו ה׳, און האָף צו אים,
זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן דעם װאָס איז מצליח אױף זײַן װעג,
װעגן דעם מאַן װאָס טוט ליסטיקײטן.
דער מלאך פֿון ה׳ לאַגערט אַרום זײַנע פֿאָרכטער,
און ער טוט זײ דערלײזן.
אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,
זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;
זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,
זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.
װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג.
און איך װעל שפּריצן אױף אײַך רײנע װאַסער, און איר װעט רײן װערן; פֿון אַלע אײַערע אומרײנקײטן און פֿון אַלע אײַערע אָפּגעטער װעל איך אײַך רײניקן. און איך װעל אײַך געבן אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ גײַסט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך, און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון אײַער לײַב, און װעל אײַך געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש. און מײַן גײַסט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך, און װעל מאַכן אַז אין מײַנע חוקים זאָלט איר גײן, און מײַנע געזעצן זאָלט איר היטן און טאָן.
אַלצדינג האָט ער געמאַכט שײן אין זײַן צײַט, ער האָט אַפֿילו די עולם געגעבן אין זײער האַרץ די כּװנה אַז דער מענטש זאָל נישט קענען אױסגעפֿינען די מעשׂים װאָס ג-ט האָט געטאָן פֿון אָנהײב ביז צום סוף.