Pular para o conteúdo
Publicidade

Arca de noé

Por Bíblia Online

A arca de Noé é história de salvação e fidelidade. Deus instruiu Noé a construir a arca para salvar sua família e os animais do dilúvio — exemplo supremo de obediência e fé.

און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן: דער סוף פֿון אַלע לײַבער איז געקומען פֿאַר מיר, װאָרעם די ערד איז פֿול מיט אומרעכט דורך זײ; און זע, איך ברענג זײ אום מיט דער ערד. מאַך דיר אַ תּבֿה פֿון גופֿר האָלץ; אין קאַמערן זאָלסטו מאַכן די תּבֿה, און זאָלסט זי אױספּעכן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק מיט פּעך. און אָט װי דו זאָלסט זי מאַכן: דרײַ הונדערט אײלן די לענג פֿון דער תּבֿה, פֿופֿציק אײלן איר ברײט, און דרײַסיק אײלן איר הײך. אַ דאַך זאָלסטו מאַכן צו דער תּבֿה, און אױף אַן אײל זאָלסטו זי פֿאַרענדיקן פֿון אױבן; און דעם אײַנגאַנג פֿון דער תּבֿה זאָלסטו מאַכן אין איר זײַט; מיט אַן אונטערשטן, צװײטן, און דריטן שטאָק זאָלסטו זי מאַכן.

און ה׳ האָט געזאָגט צו נֹחן: גײ אַרײַן דו און דײַן גאַנץ הױזגעזינט אין דער תּבֿה, װאָרעם דיך האָב איך געזען גערעכט פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן דור.

און נֹח, און זײַנע זין, און זײַן װײַב, און זײַנע זינס װײַבער, מיט אים, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער תּבֿה, פֿון װעגן דעם װאַסער פֿון מבול. פֿון די רײנע בהמות, און פֿון די בהמות װאָס זײַנען נישט רײן, און פֿון די פֿױגלען און אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, זײַנען צו צװײ צו צװײ אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, אַ זָכר און אַ נקבֿה, אַזױ װי אלֹקים האָט באַפֿױלן נֹחן.

און עס איז געװען צו זיבן טעג, אַזױ איז דאָס װאַסער פֿון מבול געװען אױף דער ערד.

און די װאָס זײַנען אַרײַנגעגאַנגען, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אַ זָכר און אַ נקבֿה פֿון אַלע לײַבער, אַזױ װי אלֹקים האָט אים באַפֿױלן; און ה׳ האָט פֿאַרשלאָסן הינטער אים.

און דער מבול איז געװען פֿערציק טעג אױף דער ערד, און די װאַסערן האָבן זיך געמערט, און זײ האָבן געטראָגן די תּבֿה, און זי האָט זיך אױפֿגעהױבן איבער דער ערד. און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט, און האָבן זיך זײער געמערט אױף דער ערד, און די תּבֿה איז געגאַנגען אױף דער אײבערפֿלאַך פֿון די װאַסערן.

און ער האָט אָפּגעמעקט דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה, ביז אַ שרץ, און ביז אַ פֿױגל פֿון הימל; און זײ זײַנען אָפּגעמעקט געװאָרן פֿון דער ערד, און נאָר נֹח איז געבליבן, און די װאָס מיט אים אין דער תּבֿה.

און די װאַסערן האָבן געהאַלטן אין אײן אָפּטרעטן פֿון דער ערד; און די װאַסערן זײַנען געמינערט געװאָרן צום סוף פֿון הונדערט און פֿופֿציק טעג. און די תּבֿה האָט גערוט אין זיבעטן חודש, אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש, אױף די בערג פֿון אַרָרָט.

און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿערציק טעג, האָט נֹח געעפֿנט דעם פֿענצטער פֿון דער תּבֿה װאָס ער האָט געמאַכט. און ער האָט אַרױסגעשיקט דעם ראָב, און ער איז אַרױס הין און צוריק, ביז דאָס װאַסער איז אָפּגעטריקנט געװאָרן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. האָט ער אַרױסגעשיקט פֿון זיך די טױב, צו זען אױב דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. אָבער די טױב האָט נישט געפֿונען קײן אָפּרו פֿאַר איר פֿוסטריט, און זי האָט זיך אומגעקערט צו אים אין דער תּבֿה, װײַל װאַסער איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט זי גענומען און זי אַרײַנגעבראַכט צו זיך אין דער תּבֿה. און ער האָט אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג, און האָט װידער אַרױסגעשיקט די טױב פֿון דער תּבֿה. און די טױב איז געקומען אין אָװנטצײַט, ערשט אַן אָפּגעריסן אײלבערטבלאַט איז אין איר מױל, און נֹח האָט געװוּסט אַז דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דער ערד. האָט ער אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג, און האָט אַרױסגעשיקט די טױב, און זי האָט זיך מער נישט אומגעקערט צו אים װידער.

און עס איז געװען אין דעם זעקס הונדערט און ערשטן יאָר, אין ערשטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז אָפּגעטריקנט געװאָרן דאָס װאַסער פֿון דער ערד, און נֹח האָט אַראָפּגענומען דעם דעק פֿון דער תּבֿה, און האָט אַ קוק געטאָן, ערשט דאָס געזיכט פֿון דער ערד איז טרוקן.

און אלֹקים האָט גערעדט צו נֹחן, אַזױ צו זאָגן: גײ אַרױס פֿון דער תּבֿה, דו, און דײַן װײַב, און דײַנע זין, און די װײַבער פֿון דײַנע זין, מיט דיר. יעטװעדער לעבעדיקע זאַך װאָס מיט דיר, פֿון אַלע לײַבער, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, ברענג אַרױס מיט זיך, און זײ זאָלן זיך װידמענען אױף דער ערד, און זיך פֿרוכפּערן און מערן אױף דער ערד.

און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן און צו זײַנע זין מיט אים, אַזױ צו זאָגן: און איך, זע, איך באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און מיט אײַער זאָמען נאָך אײַך, און מיט יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער חיה פֿון דער ערד מיט אײַך, פֿון די אַלע װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, אַלע לעבעדיקע זאַכן פֿון דער ערד. און איך װעל באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און עס װעלן מער נישט פֿאַרשניטן װערן אַלע לײַבער פֿון אַ מבול-געװיסער, און עס װעט מער נישט זײַן קײן מבול אומצוברענגען די ערד.

מײַן בױגן האָב איך אַרײַנגעטאָן אין װאָלקן, און ער װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון ברית צװישן מיר און צװישן דער ערד.

Seja o primeiro