Bem
Fazer o bem é mandamento de Deus e expressão prática do amor cristão. A Bíblia convida a praticar o bem a todos, com alegria, sem se cansar — porque colheremos no tempo próprio.
היט דײַן צונג פֿון שלעכטס,
און דײַנע ליפּן פֿון רעדן באַטרוג.
פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳, און טו גוטס,
זיץ רויִק אין לאַנד, און היט אָפּ װאָרהאַפֿטיקײט,
װען איך װאָלט נישט געגלױבט צו זען דאָס גוטס פֿון ה׳,
אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע! –
דערמאָן, ה׳, דײַן דערבאַרעמונג און דײַנע חסדים,
װאָרעם זײ זײַנען פֿון אײביק אָן.
די זינד פֿון מײַן יוגנט און מײַנע פֿאַרברעכן
זאָלסטו נישט דערמאָנען;
לױט דײַן חֶסֶד דערמאָן זיך דו אָן מיר,
פֿון װעגן דײַן גוטסקײט, ה׳.
גערעכט איז ה׳ אין אַלע זײַנע װעגן,
און גענאָדיק אין אַלע זײַנע מעשׂים.
דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן גערעכטיקײט און רעכט
און יושר – יעטװעדער גוטן װעג.
װאָס איז באַגערט אין אַ מענטש איז זײַן גענאָד;
און בעסער אַן אָרעמאַן אײדער אַ כּזבֿן.
אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
שטײט אױף די װעגן און זעט,
און פֿרעגט אױף די אַלטע שטעגן,
װוּ איז דער װעג צום גוטן, און גײט אױף אים,
און געפֿינט אַן אָפּרו פֿאַר אײַער זעל.
אָבער זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן נישט גײן.
גוט איז ה׳,
פֿאַר אַ פֿעסטונג אין טאָג פֿון נױט;
און ער װײס די װאָס שיצן זיך אין אים.