Bom ânimo
Tende bom ânimo! Jesus repetiu estas palavras aos seus discípulos em meio às tempestades. No mundo tereis aflições, mas Ele já venceu o mundo — e nos dá coragem para enfrentar tudo.
פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט פֿאָרכטן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז מיט דיר אומעטום װוּ דו װעסט גײן.
און יְהוֹשועַ האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן, זײַט שטאַרק און פֿעסט, װאָרעם אַזױ װעט ה׳ טאָן צו אַלע אײַערע פֿײַנט װאָס איר האַלט מלחמה מיט זײ.
זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך בין מיט דיר,
זאָלסט זיך נישט אומקוקן, װאָרעם איך בין דײַן ג-ט;
איך שטאַרק דיך און איך העלף דיך,
און איך לען דיך אונטער מיט דער רעכטער האַנט פֿון מײַן גערעכטיקײט.
האָט ליב ה׳, איר אַלע זײַנע פֿרומע;
די געטרײַע טוט אָפּהיטן ה׳,
און באַצאָלט מיט אַן איבערמאָס דעם װאָס טוט האָפֿערדיק.
אין טאָג װאָס איך האָב גערופֿן האָסטו מיר געענטפֿערט,
האָסט מיר געמוטיקט מיט שטאַרקײט מײַן זעל.
פֿון דָוִדן.
ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,
פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?
ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,
פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?
און אױפֿן דרײַ און צװאַנציקסטן טאָג אין זיבעטן חודש האָט ער אַװעקגעשיקט דאָס פֿאָלק צו זײערע געצעלטן פֿרײלעך און מיט אַן אױפֿגעראַמטן האַרצן איבער דעם גוטס װאָס ה׳ האָט געטאָן צו דָוִדן, און צו שלמהן, און צו זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל.
זײַט שטאַרק און פֿעסט; איר זאָלט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן פֿאַר דעם מלך פֿון אשור, און פֿאַר דעם גאַנצן המון װאָס מיט אים, װאָרעם מיט אונדז איז אַ גרעסערער װי מיט אים.
לאָזטו זיך אָפּ אין טאָג פֿון נױט,
איז דײַן כּוֹח אַ קנאַפּער.
אָבער די הילף פֿון די צדיקים איז פֿון ה׳,
זײער פֿעסטונג אין צײַט פֿון נױט.
האָט געענטפֿערט דאָס פֿאָלק און האָט געזאָגט: חלילה אונדז צו פֿאַרלאָזן ה׳, כּדי צו דינען פֿרעמדע ג-טער! װאָרעם ה׳ אלוקינו איז דער װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אונדז און אונדזערע עלטערן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, און װאָס האָט געטאָן פֿאַר אונדזערע אױגן די דאָזיקע גרױסע צײכנס, און האָט אונדז אָפּגעהיט אױף דעם גאַנצן װעג װאָס מיר זײַנען געגאַנגען אױף אים, און צװישן אַלע פֿעלקער װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך זײ.
װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג.