Conversão
A conversão é o ato de se voltar para Deus — arrependendo-se do pecado e abraçando a graça. É o início de uma vida nova, transformada pelo amor de Cristo.
Arrependei-vos
Arrependei-vos e convertei-vos para que os vossos pecados sejam apagados. A conversão começa com a mudança de mente e coração.
O amor de Deus converte
Céu se alegra por um pecador que se arrepende. Deus não deseja a morte do ímpio, mas que se converta e viva.
װאָרעם איך באַגער נישט דעם טױט פֿון דעם װאָס שטאַרבט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; דערום קערט אײַך אום, און בלײַבט לעבן.
און דער שלעכטער, אַז ער קערט זיך אָפּ פֿון אַלע זײַנע זינד װאָס ער האָט געטאָן, און ער היט אַלע מײַנע געזעצן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט נישט שטאַרבן.
און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: װאָס איז מיט אײַך װאָס איר זאָגט דאָס דאָזיקע װערטל אין לאַנד פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן, די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װײַנטרױבן און די צײן פֿון די קינדער זײַנען הײַליק? אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב מע װעט מער בײַ אײַך זאָגן דאָס דאָזיקע װערטל אין יִשׂרָאֵל! זעט, אַלע נפֿשות זײַנען מײַנע; דער נפֿש פֿון דעם פֿאָטער אַזױ װי דער נפֿש פֿון דעם זון איז מײַנער; דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן.
און אַז אַ מאַן איז אַ צדיק, און ער טוט רעכט און גערעכטיקײט; אױף די בערג האָט ער נישט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער נישט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער נישט פֿאַראומרײניקט, און צו אַ פֿרױ אין איר אומרײנקײט גענענט ער נישט; און קײן מענטשן קריװדעט ער נישט, פֿאַרמשכּונטס בײַ אים פֿאַר אַ חובֿ קערט ער אום, גזלה גזלט ער נישט; זײַן ברױט גיט ער דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן דעקט ער צו מיט אַ בגד; אױף צינדזן גיט ער נישט, און מערונג נעמט ער נישט, פֿון אומרעכט קערט ער אָפּ זײַן האַנט; אמתע גערעכטיקײט טוט ער צװישן מאַן און מאַן; אין מײַנע חוקים גײט ער, און מײַנע געזעצן האָט ער געהיט, צו טאָן דעם אמת – ער איז אַ צדיק; לעבן װעט ער לעבן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
אָבער אַז ער האָט געבאָרן אַ זון אַ רױבער, אַ בלוטפֿאַרגיסער, װאָס טוט דעם ברודער אײנס פֿון די דאָזיקע, הגם ער אַלײן האָט אַלע די דאָזיקע נישט געטאָן; װאָרעם דער האָט יאָ געגעסן אױף די בערג, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער פֿאַראומרײניקט; דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון האָט ער געקריװדעט, גזלות האָט ער געגזלט, אַ משכּון קערט ער נישט אום, און צו די אָפּגעטער האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן; אומװערדיקײט האָט ער געטאָן, אױף צינדזן האָט ער געגעבן, און מערונג האָט ער גענומען – זאָל ער בלײַבן לעבן? ער װעט נישט לעבן; אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן האָט ער געטאָן, מוז ער טײטן געטײט װערן, זײַן בלוט זאָל זײַן אױף אים.
און אָט האָט ער געבאָרן אַ זון װאָס האָט צוגעזען אַלע זינד פֿון זײַן פֿאָטער װאָס ער האָט געטאָן, און ער האָט אײַנגעזען, און ער טוט נישט אַזױנס; אױף די בערג האָט ער נישט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער נישט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער נישט פֿאַראומרײניקט, און קײן מענטשן האָט ער נישט געקריװדעט; אַ משכּון האָט ער נישט גענומען, און גזלה האָט ער נישט געגזלט; זײַן ברױט האָט ער געגעבן דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן האָט ער צוגעדעקט מיט אַ בגד; פֿון אָרעמאַן האָט ער אָפּגעהאַלטן זײַן האַנט, צינדזן און מערונג האָט ער נישט גענומען, מײַנע געזעצן האָט ער געטאָן, אין מײַנע חוקים איז ער געגאַנגען – ער װעט נישט שטאַרבן פֿאַר די זינד פֿון זײַן פֿאָטער; לעבן װעט ער לעבן. זײַן פֿאָטער, װײַל דריקן האָט ער געדריקט, גזלה פֿון ברודער האָט ער געגזלט, און װאָס נישט גוט האָט ער געטאָן צװישן זײַן פֿאָלק, איז, אָט איז ער געשטאָרבן פֿאַר זײַן זינד.
און איר זאָגט: פֿאַר װאָס לײַדט נישט דער זון פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער? אָבער דער זון האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט, אַלע מײַנע געזעצן האָט ער געהיט און זײ געטאָן; לעבן דאַרף ער לעבן. דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן; אַ זון זאָל נישט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער, און אַ פֿאָטער זאָל נישט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם זון; די גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן זאָל זײַן אױף אים, און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן זאָל זײַן אױף אים.
און דער שלעכטער, אַז ער קערט זיך אָפּ פֿון אַלע זײַנע זינד װאָס ער האָט געטאָן, און ער היט אַלע מײַנע געזעצן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט נישט שטאַרבן. אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן אים נישט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן גערעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער לעבן. טו איך דען באַגערן דעם טױט פֿון דעם שלעכטן? זאָגט אֲדֹנָי ה׳, און נישט אַז ער זאָל זיך אומקערן פֿון זײַנע װעגן, און לעבן? און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט – אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן װאָס דער שלעכטער האָט געטאָן טוט ער, זאָל ער דען בלײַבן לעבן? אַלע זײַנע גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן נישט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט, און פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, פֿאַר זײ מוז ער שטאַרבן.
און איר זאָגט: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי. הערט אַקאָרשט, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל, איז דען מײַן װעג נישט ריכטיק? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען נישט ריכטיק. אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַנע גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, מוז ער דערפֿאַר שטאַרבן; פֿאַר זײַן אומרעכט װאָס ער האָט געטאָן, מוז ער שטאַרבן. און אַז דער שלעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן שלעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, ראַטעװעט ער זײַן נפֿש. װײַל ער האָט זיך אַרומגעזען, און האָט זיך אומגעקערט פֿון אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט נישט שטאַרבן. און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל זאָגט: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי. זײַנען דען מײַנע װעגן נישט ריכטיק, הױז פֿון יִשׂרָאֵל? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען נישט ריכטיק.
דערום װעל איך איטלעכן לױט זײַנע װעגן אײַך משפּטן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. קערט צוריק און קערט אײַך אום פֿון אַלע אײַערע פֿאַרברעכן, און זאָל עס אײַך נישט זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד. װאַרפֿט אַראָפּ פֿון אײַך אַלע אײַערע פֿאַרברעכן װאָס איר האָט פֿאַרבראָכן מיט זײ, און מאַכט אײַך אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ גײַסט; נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל? װאָרעם איך באַגער נישט דעם טױט פֿון דעם װאָס שטאַרבט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; דערום קערט אײַך אום, און בלײַבט לעבן.
Transformação
Voltai-vos para mim e sereis salvos! Rasgai o coração e não as vestes. A verdadeira conversão transforma o interior.
זאָל דער רשע פֿאַרלאָזן זײַן װעג,
און דער מאַן פֿון אומרעכט זײַנע טראַכטונגען;
און זאָל ער זיך אומקערן צו ה׳,
און ער װעט אים דערבאַרעמען,
און צו אלוקינו, װאָרעם ער פֿאַרגיט אַ סך.
איך האָב אָפּגעמעקט װי אַ כמאַרע דײַנע פֿאַרברעכן,
און װי אַ װאָלקן דײַנע זינד;
קער זיך אום צו מיר, װאָרעם איך האָב דיך אױסגעלײזט.
אָבער נאָך איצט, זאָגט ה׳,
קערט אײַך אום צו מיר מיט אײַער גאַנצן האַרצן,
און מיט פֿאַסטן און מיט געװײן און מיט קלאָג;
און צערײַסט אײַער האַרץ און נישט אײַערע קלײדער,
און קערט אײַך אום צו ה׳ אלוקיכם,
װאָרעם ער איז לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק,
אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, און רײַך אין גענאָד,
און ער האָט חרטה אױף דעם בײז.
און מײַן פֿאָלק װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, װעט װערן אונטערטעניק, און זײ װעלן מתפּלל זײַן און בעטן פֿאַר מיר, און װעלן זיך אומקערן פֿון זײערע שלעכטע װעגן, װעל איך צוהערן פֿון הימל, און װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און װעל הײלן זײער לאַנד.
און יחִזקִיָהו האָט געשיקט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל און יהוּדה, און ער האָט אױך געשריבן בריװ צו אפֿרים און מנַשֶה, צו קומען אין הױז פֿון ה׳ אין ירושָלַיִם צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. און דער מלך און זײַנע האַרן און די גאַנצע עדה אין ירושָלַיִם האָבן זיך באַקלערט צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין צװײטן חודש. װאָרעם זײ האָבן אים נישט געקענט מאַכן אין יענער צײַט, װײַל נישט גענוג כּהנים האָבן זיך געהאַט געהײליקט, און דאָס פֿאָלק איז נישט געװען אײַנגעזאַמלט אין ירושָלַיִם. און די זאַך איז געװען גלײַך אין די אױגן פֿון מלך, און אין די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה. און זײ האָבן באַשטימט די זאַך, אַרױסצולאָזן אַן אױסרוף אין גאַנץ יִשׂרָאֵל, פֿון באֵר-שֶבַֿע און ביז דָן, צו קומען מאַכן קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אין ירושָלַיִם; װאָרעם מע האָט אים שױן פֿון לאַנג נישט געהאַט געמאַכט אַזױ װי עס שטײט געשריבן.
און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען מיט בריװ פֿון דער האַנט פֿון מלך און זײַנע האַרן, דורך גאַנץ יִשׂרָאֵל און יהוּדה, און לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, קערט אײַך אום צו ה׳ דעם ג-ט פֿון אבֿרהם, יִצחָק, און יִשׂרָאֵל, כּדי ער זאָל זיך אומקערן צו די אַנטרונענע װאָס זײַנען אײַך געבליבן פֿון דער האַנט פֿון די מלכים פֿון אשור. און איר זאָלט נישט זײַן װי אײַערע פֿאָטערס, און אַזױ װי אײַערע ברידער, װאָס האָבן געפֿעלשט אָן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, און ער האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ בײזװוּנדער, אַזױ װי איר זעט. אַצונד, זאָלט איר נישט האַרט מאַכן אײַער נאַקן אַזױ װי אײַערע עלטערן; גיט די האַנט צו ה׳, און קומט אין זײַן מִקדָש װאָס ער האָט געהײליקט אױף אײביק, און דינט ה׳ אלוקיכם, כּדי זײַן גרימצאָרן זאָל זיך אָפּקערן פֿון אײַך. װאָרעם אַז איר װעט זיך אומקערן צו ה׳, װעלן אײַערע ברידער און אײַערע זין קריגן דערבאַרעמונג בײַ זײערע פֿאַנגערס, און זיך אומקערן צו דעם דאָזיקן לאַנד, װאָרעם דערבאַרעמדיק און לײַטזעליק איז ה׳ אלוקיכם, און ער װעט נישט אָפּקערן דעם פָּנים פֿון אײַך, אַז איר װעט זיך אומקערן צו אים.
און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען פֿון שטאָט דורך לאַנד אפֿרים און מנַשֶה, און ביז זבֿולון; אָבער מע האָט געלאַכט פֿון זײ און געשפּעט פֿון זײ. נאָר טײל פֿון אָשֵר און מנַשֶה און זבֿולון זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, און זײַנען געקומען קײן ירושָלַיִם. אױך אין יהוּדה איז געװען די האַנט פֿון האלֹקים צו געבן אײן האַרץ צו טאָן דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך און האַרן, לױט דעם װאָרט פֿון ה׳.
און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן אין ירושָלַיִם אַ סך פֿאָלק צו מאַכן דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות אין צװײטן חודש – זײער אַ גרױסע אײַנזאַמלונג. און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן אָפּגעטאָן די מזבחות װאָס אין ירושָלַיִם, און אַלע רײכערערטער האָבן זײ אָפּגעטאָן און אַרײַנגעװאָרפֿן אין טײַך קִדרוֹן. און זײ האָבן געשאָכטן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין פֿערצנטן טאָג פֿון צװײטן חודש; און די כּהנים און די לוִיִים האָבן זיך געשעמט, און זײ האָבן זיך געהײליקט, און געבראַכט בראַנדאָפּפֿער אין הױז פֿון ה׳. און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײער אָרט, אַזױ װי זײער דין, לױט דער תּורה פֿון משה דעם מאַן פֿון ג-ט; די כּהנים האָבן געשפּרענגט דאָס בלוט פֿון דער האַנט פֿון די לוִיִים. װאָרעם אַ סך זײַנען געװען אין דער אײַנזאַמלונג װאָס האָבן זיך נישט געהײליקט; דערום זײַנען די לוִיִים געװען איבער דער שעכטונג פֿון דעם קָרבָּן-פֶּסַח פֿאַר איטלעכן װאָס איז נישט רײן, כּדי צו הײליקן צו ה׳. װײַל דאָס רובֿ פֿון דעם פֿאָלק, צומײנסט פֿון אפֿרים און מנַשֶה, יִשׂשָׂכָר און זבֿולון, האָבן זיך נישט גערײניקט; נאָר זײ האָבן געגעסן דעם קָרבָּן-פֶּסַח נישט װי עס שטײט געשריבן, װײַל יחִזקִיָהו האָט מתפּלל געװען אױף זײ, אַזױ צו זאָגן: ה׳ דער גוטער זאָל מכַפּר זײַן אױף איטלעכן װאָס האָט געקערט זײַן האַרץ צו זוכן האלֹקים ה׳, דעם ג-ט פֿון זײַנע עלטערן, הגם נישט לױט דער רײנקײט װאָס מע דאַרף בײַ הײליקײט. און ה׳ האָט צוגעהערט יחִזקִיָהו, און ער האָט געהײלט דאָס פֿאָלק.
און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן זיך געפֿונען אין ירושָלַיִם, האָבן געמאַכט דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות זיבן טעג מיט גרױס שׂימחה; און די לוִיִים און די כּהנים האָבן געלױבט ה׳ טאָג אין טאָג, מיט שטאַרקע כּלי־זמר צו ה׳. און יחִזקִיָהו האָט גערעדט צום האַרצן פֿון די לוִיִים װאָס זײַנען געװען װױלפֿאַרשטאַנדיק װעגן ה׳. און זײ האָבן געגעסן די זיבן טעג פֿון יוֹם-טובֿ, און זײ האָבן געשלאַכט זִבְחֵי שלָמִים, און דאַנקאָפּפֿער ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן.
און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט זיך באַקלערט צו מאַכן נאָך אַנדערע זיבן טעג; און זײ האָבן געמאַכט זיבן טעג אַ שׂימחה. װאָרעם דער מלך פֿון יהוּדה יחִזקִיָהו האָט מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און זיבן טױזנט שאָף, און די האַרן האָבן מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און צען טױזנט שאָף, און פֿיל כּהנים האָבן זיך געהײליקט. און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון יהוּדה, און די כּהנים און די לוִיִים, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג װאָס איז געקומען פֿון יִשׂרָאֵל, און די פֿרעמדע װאָס זײַנען געקומען פֿון לאַנד יִשׂרָאֵל, אָדער װאָס זײַנען געזעסן אין יהוּדה, האָבן זיך געפֿרײט. און עס איז געװען אַ גרױסע שׂימחה אין ירושָלַיִם, װאָרעם פֿון די טעג פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִד, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, איז אַזױ-װאָס נישט געװען אין ירושָלַיִם. און די כּהנים און די לוִיִים זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געבענטשט דאָס פֿאָלק, און זײער קֹול איז צוגעהערט געװאָרן, און זײער תּפֿילה איז געקומען צו זײַן הײליקער װױנונג, אין הימל.
אין אַכטן חודש, אין צװײטן יאָר פֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו זכַריָה, דעם זון פֿון ברֶכיָה, דעם זון פֿון עִדוֹן, דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: ה׳ האָט געצערנט אױף אײַערע עלטערן אַ צערענונג. דערום זאָלסטו זאָגן צו זײ:
אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
קערט אײַך אום צו מיר, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
און איך װעל זיך אומקערן צו אײַך,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
איר זאָלט נישט זײַן אַזױ װי אײַערע עלטערן,
װאָס די פֿריִערדיקע נבֿיאים האָבן צו זײ גערופֿן,
אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
קערט אײַך אום פֿון אײַערע שלעכטע װעגן
און אײַערע שלעכטע מעשׂים.
און זײ האָבן נישט געהערט
און נישט צוגעהאָרכט צו מיר, זאָגט ה׳.
אײַערע עלטערן, װוּ זײַנען זײ?
און די נבֿיאים, לעבן זײ דען אײביק!
אָבער מײַנע װערטער און מײַנע משפּטים
װאָס איך האָב אָנגעזאָגט מײַנע קנעכט די נבֿיאים,
פֿאַר װאָר, זײ זײַנען אָנגעקומען אײַערע עלטערן,
און זײ האָבן תּשובֿה געטאָן, און האָבן געזאָגט:
אַזױ װי ה׳ צבָֿאוֹת האָט געטראַכט צו טאָן צו אונדז,
לױט אונדזערע װעגן און לױט אונדזערע מעשׂים,
אַזױ האָט ער מיט אונדז געטאָן.
אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון עלפֿטן חודש, דאָס איז חודש שבֿט, אין צװײטן יאָר פֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו זכַריָה, דעם זון פֿון ברֶכיָהו, דעם זון פֿון עִדוֹאן, דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן:
איך האָב געזען בײַ נאַכט, ערשט אַ מאַן רײַט אױף אַ רױטן פֿערד, און ער שטײט צװישן די מירטן װאָס אין דער טיפֿעניש, און הינטער אים זײַנען געװען רױטע, געלרױטע, און װײַסע פֿערד. האָב איך געזאָגט: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר? האָט צו מיר געזאָגט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: איך װעל דיר װײַזן װאָס די דאָזיקע זײַנען. און דער מאַן װאָס איז געשטאַנען צװישן די מירטן, האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: דאָס זײַנען די װאָס ה׳ האָט געשיקט אַרומצוגײן אױף דער ערד. און זײ האָבן זיך אָפּגערופֿן צו דעם מלאך פֿון ה׳ װאָס איז געשטאַנען צװישן די מירטן, און האָבן געזאָגט: מיר זײַנען אַרומגעגאַנגען אױף דער ערד, ערשט די גאַנצע ערד זיצט רואיק. האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלאך פֿון ה׳ און האָט געזאָגט: ה׳ צבָֿאוֹת, ביז װאַנען װעסטו זיך נישט דערבאַרעמען אױף ירושָלַיִם, און אױף די שטעט פֿון יהוּדה, װאָס דו האָסט שױן זיבעציק יאָר צערענען? און ה׳ האָט געענטפֿערט דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, גוטע װערטער, טרײסטװערטער. און דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, האָט געזאָגט צו מיר: רוף אױס אַזױ צו זאָגן:
אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
איך בין מקנא פֿאַר ירושָלַיִם
און װעגן צִיוֹן מיט אַ גרױס קִנְאָה.
און אַ גרױס צאָרן צערן איך אױף די רואיקע פֿעלקער,
װאָרעם איך האָב בלױז געצערנט אַ ביסל,
און זײ האָבן אונטערגעהאָלפֿן צום בײזן.
דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:
איך קער זיך אום צו ירושָלַיִם מיט דערבאַרעמונג;
מײַן הױז װעט געבױט װערן אין איר,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
און אַ בױשנור װעט געצױגן װערן אױף ירושָלַיִם.
װײַטער רוף אױס אַזױ צו זאָגן:
אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
מײַנע שטעט װעלן װידער איבערפֿלײצן מיט גוטס,
און ה׳ װעט נאָך טרײסטן צִיוֹן,
און װעט װידער אױסדערװײלן ירושָלַיִם.