Coração quebrantado
Deus está perto dos que têm o coração quebrantado. A Bíblia consola os aflitos: o sacrifício que Deus aceita é o espírito quebrantado e um coração contrito — jamais desprezará.
זײ האָבן געשריִען, און ה׳ האָט זײ צוגעהערט,
און פֿון אַלע זײערע צרות זײ מציל געװען.
אָ אֲדֹנָי, מײַנע ליפּן זאָלסטו עפֿענען,
און זאָל מײַן מױל דערצײלן דײַן לױב.
דער װאָס הײלט די צעבראָכענע הערצער,
און פֿאַרבינדט זײערע װוּנדן.
מײַן לײַב און מײַן האַרץ גײט אױס,
דער פֿעלדז פֿון מײַן האַרצן און מײַן חלק איז אײביק אלֹקים.
װאָרעם אַזױ זאָגט דער הױכער און דערהױבענער,
דער װאָס װױנט אין אײביקײט, און הײליק איז זײַן נאָמען:
אין הױכקײט און הײליקײט טו איך רוען,
אָבער אױך בײַם דערשלאָגענעם און געפֿאַלענעם אין געמיט,
אױפֿצולעבן דאָס געמיט פֿון געפֿאַלענע,
און אױפֿצולעבן דאָס האַרץ פֿון דערשלאָגענע.
אַז די אַלע האָט מײַן האַנט געמאַכט,
און אַזױ זײַנען די אַלע געװאָרן,
זאָגט ה׳.
אָבער אױף אַזעלכן טו איך קוקן:
אױף דעם אָרעמאַן און דערשלאָגענעם אין געמיט,
און דעם װאָס ציטערט איבער מײַן װאָרט.
דער גײַסט פֿון אֲדֹנָי ה׳ איז אױף מיר,
װײַל ה׳ האָט מיך געזאַלבט
צו ברענגען בשׂורה צו די פֿאַרליטענע;
מיך געשיקט צו פֿאַרבינדן די צעבראָכענע הערצער,
אױסצורופֿן פֿרײַשאַפֿט צו די געפֿאַנגענע,
און לױזלאָזונג צו די געבונדענע;
אױסצורופֿן אַ יאָר פֿון באַװיליקונג פֿון ה׳,
און אַ טאָג פֿון נקמה פֿון אלוקינו;
צו טרײסטן אַלע טרױערער;
צו באַשערן די טרױערער פֿון צִיוֹן,
זײ צו געבן אַ הױב אַנשטאָט שטױב,
אײל פֿון פֿרײד אַנשטאָט טרױער,
אַ מאַנטל פֿון לױב אַנשטאָט אַ באַטריבט געמיט;
און מע װעט זײ רופֿן די אײכנבײמער פֿון גערעכטיקײט,
די פֿלאַנצונג פֿון ה׳ זיך צום רימען.