Pular para o conteúdo
Publicidade

Criação

Por Bíblia Online

A criação revela a glória de Deus. Céus, terra, mares e tudo o que existe testemunham o poder criador. No princípio Deus criou — e tudo era muito bom.

No princípio

No princípio criou Deus os céus e a terra. O Espírito de Deus pairava sobre as águas. E Deus disse: haja luz.

בְּרֵאשִׁית

אין אָנהײב האָט אלֹקים באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד. און די ערד איז געװען װיסט און לײדיק, און פֿינצטערניש איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון תּהום, און דער גײַסט פֿון אלֹקים האָט געשװעבט אױפֿן געזיכט פֿון די װאַסערן.

האָט אלֹקים געזאָגט: לאָמיר מאַכן מענטשן אין אונדזער געשטאַלט, לױט אונדזער גלײַכעניש, און זײ זאָלן געװעלטיקן איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער די בהמות, און איבער דער גאַנצער ערד, און איבער אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד.

און אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין זײַן געשטאַלט;

אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים האָט ער אים באַשאַפֿן;

אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן.

און אלֹקים האָט געבענטשט דעם זיבעטן טאָג, און האָט אים געהײליקט, װאָרעם אין אים האָט ער גערוט פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס אלֹקים האָט באַשאַפֿנדיק געמאַכט.

און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: עס איז נישט גוט דער מענטש זאָל זײַן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אײנע געהילף װעדליק פֿאַר אים.

O poder criador

Pela palavra do Senhor foram feitos os céus. Tudo foi criado por Ele e para Ele — o visível e o invisível.

דורך דעם װאָרט פֿון ה׳ זײַנען די הימלען געמאַכט געװאָרן,

און דורך דעם רוּחַ פֿון זײַן מױל זײער גאַנצער חיל.

אײדער די בערג זײַנען געבאָרן געװאָרן,

און דו האָסט באַשאַפֿן די ערד און די װעלט,

און פֿון אײביקײט ביז אײביקײט,

ביסט דו אֵל.

קומט, לאָמיר זיך בוקן און בײגן,

לאָמיר קניִען פֿאַר ה׳ אונדזער באַשעפֿער.

אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.

איך הײב אױף מײַנע אױגן צו די בערג:

פֿון װאַנען װעט קומען מײַן הילף?

מײַן הילף איז פֿון ה׳,

דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.

אונדזער הילף איז אין נאָמען פֿון ה׳,

דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.

דאָס איז דער טאָג װאָס ה׳ האָט געמאַכט,

לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען אין אים.

װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן מײַנע נירן,

האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.

איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;

װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,

און מײַן זעל װײס דאָס װױל.

Criador e Sustentador

O Deus eterno não se cansa nem se fatiga. Dele, por Ele e para Ele são todas as coisas — a Ele seja a glória.

װײסטו דען נישט?

צי האָסטו נישט געהערט?

ה׳ איז דער אײביקער אלֹקים,

דער באַשעפֿער פֿון די עקן פֿון דער ערד.

ער װערט נישט מיד און נישט מאַט;

נישט צו דערפֿאָרשן איז זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

װײ, דער װאָס קריגט זיך מיט זײַן באַשעפֿער

אַ שערבל צװישן שערבלעך פֿון דער ערד!

װעט דען זאָגן דער לײם צו זײַן פֿורעמער: װאָס טוסטו?

אָדער: דײַן אַרבעט איז אָן הענט?

אױ װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי! זע, דו האָסט געמאַכט די הימלען און די ערד מיט דײַן גרױס שטאַרקײט, און מיט דײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם; פֿון דיר איז נישט פֿאַרמיטן קײן זאַך צו װונדערבאַר.

דער װאָס בױט אין הימל זײַנע אײבערקאַמערן,

און גרונטפֿעסט זײַן געװעלב אױף דער ערד;

װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים,

און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד;

ה׳ איז זײַן נאָמען.

Nova criação

Se alguém está em Cristo, nova criatura é. O Criador faz novas todas as coisas — na natureza e na redenção.

Seja o primeiro