1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן.
װען נישט ה׳ װאָס איז געװען מיט אונדז –
זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל –
2 װען נישט ה׳ װאָס איז געװען מיט אונדז,
בעת מענטשן זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף אונדז,
3 דענצמאָל װאָלטן זײ אונדז לעבעדיקערהײט אײַנגעשלונגען,
װען זײער צאָרן האָט געגרימט אױף אונדז;
4 דענצמאָל װאָלטן אונדז די װאַסערן פֿאַרפֿלײצט,
דער טײַך װאָלט אַריבערגעגאַנגען איבער אונדזער זעל;
5 דענצמאָל װאָלטן אַריבער איבער אונדזער זעל
די מוטװיליקע װאַסערן.
6 ברוך ה׳,
װאָס ער האָט אונדז נישט געגעבן
פֿאַר רױב צו זײערע צײן.
7 אונדזער זעל איז אַנטרונען געװאָרן װי אַ פֿױגל
פֿון די פֿאַנגערס פּאַסטקע;
די פּאַסטקע איז צעבראָכן געװאָרן,
און מיר זײַנען אַנטרונען געװאָרן.
8 אונדזער הילף איז אין נאָמען פֿון ה׳,
דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.