Tomar uma decisão
Tomar decisões com sabedoria é um dos maiores desafios da vida. A Bíblia nos ensina a buscar a Deus em oração, na Palavra e no conselho, confiando que Ele dirige os nossos passos.
Buscar a Deus
Se algum de vós tem falta de sabedoria, peça a Deus. Ele dá generosamente e sem repreensão a todos os que pedem.
פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,
און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.
אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,
און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.
אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,
און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.
װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג.
Conselho e direção
Onde não há conselho os planos se frustam. Toda Escritura é útil para nos guiar nas decisões da vida.
אָן אַ פֿירונג פֿאַלט אַ פֿאָלק,
און הילף איז דורך פֿיל יוֹעצים.
אין שױם װאַרפֿט מען דעם גורל,
אָבער פֿון ה׳ איז זײַן יעטװעדער באַשײד.
דער װאָס שײדט זיך אָפּ, איז אױסן זײַן װילן;
בײַ יעטװעדער באַראָט װיל ער זיך אַרױסװײַזן.
דער נאַר װיל נישט פֿאַרשטאַנדיקײט,
נאָר אַז זײַן שׂכל זאָל אַנטפּלעקט װערן.
אַז דער רשע קומט, קומט אױך פֿאַראַכטונג,
און מיט שענדלעכקײט – שפּאָט.
טיפֿע װאַסערן זײַנען די װערטער פֿון אַ מענטשנס מױל,
אַ קװעליקער טײַך איז דער ברונעם פֿון חכמה.
קײן גוטס קומט נישט אַרױס פֿון שאַנעװען דעם רשע,
כּדי צו קריװדען דעם גערעכטן בײַם משפּט.
די ליפּן פֿון דעם נאַרן קומען מיט קריג,
און זײַן מױל רופֿט צו געשלעג.
דאָס מױל פֿון דעם נאַרן איז אַ בראָך פֿאַר אים,
און זײַנע ליפּן זײַנען אַ נעץ פֿאַר זײַן זעל.
די װערטער פֿון דעם אונטערהעצער זײַנען װי געשמאַקע ביסנס,
און זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון לײַב.
אױך דער װאָס איז אָפּגעלאָזט אין זײַן אַרבעט,
איז אַ ברודער צו אַ מאַן אַן אױסברענגער.
אַ שטאַרקער טורעם איז דער נאָמען פֿון ה׳,
צו אים לױפֿט דער צדיק און װערט באַשיצט.
דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקטע שטאָט,
און װי אין אַ הױכער מױער איז ער אין זײַן אײַנבילדעניש.
פֿאַר אַ בראָך װערט האָפֿערדיק דעם מענטשנס האַרץ,
און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.
דער װאָס ענטפֿערט אַ זאַך אײדער ער האָט אױסגעהערט,
איז דאָס פֿון אים אַ נאַרישקײט און אַ שאַנד.
אַ מענטשנס געמיט קען אױסהאַלטן זײַן קראַנקשאַפֿט,
אָבער אַ דערשלאָגן געמיט, װער קען עס אַריבערטראָגן?
Confiar e seguir
Seja o que for que façais, fazei tudo para a glória de Deus. O sábio ouve a Deus antes de agir.
אין גִבֿעוֹן האָט זיך ה׳ באַװיזן צו שלמהן אין אַ חלום פֿון דער נאַכט, און אלֹקים האָט געזאָגט: בעט װאָס איך זאָל דיר געבן. האָט שלמה געזאָגט: דו האָסט געטאָן מיט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן, גרױס חֶסֶד, אַזױ װי ער איז געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת און מיט גערעכטיקײט און מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן קעגן דיר; און האָסט אים געהיט דעם דאָזיקן גרױסן חֶסֶד, און האָסט אים געגעבן אַ זון װאָס זיצט אױף זײַן טראָן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. און אַצונד, ה׳ מײַן ג-ט, דו האָסט געמאַכט דײַן קנעכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן, און איך בין אַ קלײן ייִנגל, איך װײס נישט װוּ אױס און װוּ אײַן. און דײַן קנעכט איז אין מיטן פֿון דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסדערװײלט, אַ גרױס פֿאָלק װאָס קען נישט געצײלט און נישט באַרעכנט װערן פֿון פֿילקײט. דערום זאָלסטו געבן דײַן קנעכט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, צו משפּטן דײַן פֿאָלק, צו דערקענען צװישן גוטס און שלעכטס, װאָרעם װער קען משפּטן דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק דײַנס?
און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון אֲדֹנָי, װאָס שלמה האָט געבעטן די דאָזיקע זאַך. און אלֹקים האָט צו אים געזאָגט: װײַל דו האָסט געבעטן די דאָזיקע זאַך, און נישט דו האָסט דיר געבעטן פֿיל טעג, און נישט דו האָסט דיר געבעטן עשירות, און נישט דו האָסט געבעטן דאָס לעבן פֿון דײַנע פֿײַנט, נײַערט האָסט דיר געבעטן שׂכל צו פֿאַרשטײן אַ משפּט, אָט האָב איך געטאָן לױט דײַן װאָרט: זע, איך האָב דיר געגעבן אַ קלוג און פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, אַז אַזאַ װי דו איז נישט געװען פֿאַר דיר, און נאָך דיר װעט נישט אױפֿשטײן אַזאַ װי דו.
האָט זײַן װײַב צו אים געזאָגט: האַלטסט זיך נאָך אַלץ בײַ דײַן פֿרומקײט? לעסטער אלֹקים, און שטאַרב. האָט ער צו איר געזאָגט: אַזױ װי עס רעדט אײנע פֿון די נידערטרעכטיקע רעדסטו. זאָלן מיר דאָס גוטע יאָ אָננעמען פֿון אלֹקים, און דאָס שלעכטע זאָלן מיר נישט אָננעמען? בײַ אַלעם דעם האָט אִיובֿ נישט געזינדיקט מיט זײַנע ליפּן.