Pular para o conteúdo
Publicidade

Dificuldades

Por Bíblia Online

As dificuldades são parte da vida, mas Deus é refúgio certo em todo tempo de angústia. A Bíblia promete que nenhuma adversidade pode separar os filhos de Deus do seu amor.

Deus é refúgio

Deus é nosso refúgio e fortaleza, socorro bem presente nas angústias. Nada poderá nos separar do amor de Cristo.

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.

אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג און אַ שטאַרקײט,

אַ הילף אין צרות, גרינג צו געפֿינען.

דערום װעלן מיר נישט מורא האָבן,

װען די ערד זאָל זיך בײַטן,

און װען די בערג זאָלן אומפֿאַלן

אין האַרצן פֿון ים.

איך זאָג אױף ה׳, מײַן באַשיצונג און מײַן פֿעסטונג

מײַן ג-ט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים,

בײַ אלֹקים איז מײַן הילף און מײַן כּבֿוד;

דער פֿעלדז פֿון מײַן שטאַרקײט, מײַן באַשיצונג איז אין אלֹקים.

און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,

ער װעט דָן זײַן די פֿעלקער מיט יושר.

און ה׳ װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן,

אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט.

ה׳ דו אלוקי צבָֿאוֹת,

װער איז אַזױ שטאַרק װי דו, ג-ט?

און דײַנע געטרײַע זײַנען רונד אַרום דיר.

מער פֿון די קוֹלות פֿון װאַסערן גרױסע,

פֿון מאַכטיקע אינדן פֿון ים,

איז מאַכטיק ה׳ אין דער הײך.

ער האָט אײַנגעשטעלט דעם שטורעם אין שטילקײט,

און אַנטשװיגן געװאָרן זײַנען די אינדן.

Provisão nas dificuldades

O Senhor provê mesmo nos tempos mais difíceis. Ele sustentou Elias, protegeu Israel e cuida dos seus com fidelidade eterna.

דער טאָפּ מעל איז נישט אױסגעגאַנגען, און דער קרוג אײל איז נישט געמינערט געװאָרן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט דורך אֵלִיָהון.

ער האָט פֿאַרשפּרײט אַ װאָלקן צום צודעק,

און אַ פֿײַער צו לײַכטן בײַ נאַכט.

מע האָט פֿאַרלאַנגט, און ער האָט געבראַכט װאַכטלפֿױגלען,

און מיט ברױט פֿון הימל פֿלעגט ער זײ זעטן.

ער האָט געעפֿנט אַ צוּר, און װאַסער איז פּליוכען,

געגאַנגען װי אַ טײַך דורך די טריקענישן.

איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן,

און איך האָב נישט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן,

און זײַן זאָמען בעטלענדיק ברױט.

ה׳ מערקט די טעג פֿון די אומשולדיקע,

און זײער אַרב װעט זײַן אױף אײביק.

זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן אין צײַט פֿון בײז,

און אין טעג פֿון הונגער װעלן זײ זאַט זײַן.

װאָרעם איך װעל גיסן װאַסער אױף דאָרשטיק לאַנד,

און פֿלוסן אױף טריקעניש;

איך װעל אױסגיסן מײַן גײַסט אױף דײַן זאָמען,

און מײַן ברכה אױף דײַנע שפּראָצן.

װאָרעם ביסט געװען אַ פֿעסטונג דעם אָרעמאַן,

אַ פֿעסטונג דעם באַדערפֿטיקן אין זײַן נױט,

אַ שוץ פֿון גוסרעגן,

אַ שאָטן פֿון היץ;

װאָרעם דער צאָרן פֿון די מאַכטיקע

איז װי אַ גוסרעגן אױף אַ װאַנט.

און אַן איבערדעק װעט זײַן פֿאַר אַ שאָטן פֿון היץ בײַ טאָג, און פֿאַר אַ באַשיצונג און פֿאַר אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון גוס און פֿון רעגן.

אַז דו װעסט גײן דורך װאַסער, בין איך מיט דיר,

און אַז דורך טײַכן, װעלן זײ דיך נישט פֿאַרפֿלײצן;

און דו װעסט גײן דורך פֿײַער, װעסטו נישט אָנגעברענט װערן,

און קײן פֿלאַם װעט דיך נישט אָנצינדן.

Força nas provas

Em tudo somos atribulados, mas não esmagados. O Senhor é bom e é fortaleza no dia da angústia — Ele conhce os seus.

גוט איז ה׳,

פֿאַר אַ פֿעסטונג אין טאָג פֿון נױט;

און ער װײס די װאָס שיצן זיך אין אים.

ער בינדט אײַן די װאַסערן אין זײַנע כמאַרעס,

און נישט צעפּלאַצט װערט דער װאָלקן אונטער זײ.

ער פֿאַרדעקט דעם פּנים פֿונעם טראָן,

ער פֿאַרשפּרײט זײַן װאָלקן איבער אים.

ער האָט געצירקלט אַ גרענעץ אױפֿן װאַסער,

ביז צום סוף פֿון ליכט און פֿינצטערניש.

פֿאַר דער רוט פֿון דער צונג װעסטו זײַן פֿאַרבאָרגן,

און װעסט נישט מורא האָבן פֿאַר פֿאַרװיסטונג, אַז זי קומט.

Seja o primeiro