Pular para o conteúdo
Publicidade

Espírito

Por Bíblia Online

O espírito humano é a parte mais profunda do nosso ser — onde Deus habita, onde a fé se ancora e de onde brota a verdadeira adoração. A Bíblia nos chama a viver pelo Espírito.

A natureza do espírito

O espírito está pronto, mas a carne é fraca. A batalha entre carne e espírito é constante e exige vigilância.

O Espírito de Deus em nós

Vosso corpo é templo do Espírito Santo. Deus fortalece com poder no homem interior pelo seu Espírito.

Vida no Espírito

Deus é Espírito e importa que os que o adoram o adorem em espírito e em verdade. O Espírito vivifica e transforma.

Promessas do Espírito

Derramarei o meu Espírito sobre toda a carne. O Espírito revela, guia e capacita os filhos de Deus.

קערט אײַך צו מײַן מוסר,

אָט װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט צו אײַך,

איך װעל אײַך מאַכן װיסן מײַנע װערטער.

אַלע װעגן פֿון אַ מענטשן זײַנען רײן אין זײַנע אױגן,

אָבער ה׳ פֿאָרשט די גײַסטער.

פֿאַר אַ בראָך קומט שטאָלץ,

און פֿאַר אַן אַנידערפֿאַל, אַ האָפֿערדיק געמיט.

בעסער אַ נידעריק געמיט צװישן די באַשײדענע,

אײדער טײלן רױב מיט די שטאָלצע.

בעסער אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן

אײדער אַ גיבור,

און דער װאָס געװעלטיקט איבער זײַן געמיט,

אײדער דער װאָס באַצװינגט אַ שטאָט.

אַ ליכט פֿון ה׳ איז דעם מענטשנס נשמה,

עס זוכט-דורך אַלע קאַמערן פֿון לײַב.

האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו זרובבֿלן, אַזױ צו זאָגן:

נישט מיט חיל און נישט מיט כּוֹח,

נאָר מיט מײַן גײַסט, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

דער גײַסט פֿון אֲדֹנָי ה׳ איז אױף מיר,

װײַל ה׳ האָט מיך געזאַלבט

צו ברענגען בשׂורה צו די פֿאַרליטענע;

מיך געשיקט צו פֿאַרבינדן די צעבראָכענע הערצער,

אױסצורופֿן פֿרײַשאַפֿט צו די געפֿאַנגענע,

און לױזלאָזונג צו די געבונדענע;

און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ, און אַ נײַ גײַסט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך; און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון זײער לײַב, און װעל זײ געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש; כּדי זײ זאָלן גײן אין מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן זאָלן זײ היטן און זײ טאָן; און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום אלֹקים.

אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו די דאָזיקע בײנער: זעט, איך ברענג אַרײַן אין אײַך אַן אָטעם, און איר װעט לעבעדיק װערן.

Cuidar do espírito

Cria em mim um coração puro e renova dentro de mim um espírito reto. O espírito quebrantado Deus não rejeita.

זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;

זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.

פֿאַרבאָרג דײַן פּנים פֿון מײַנע חטאָים,

און אַלע מײַנע זינד פֿאַרמעק.

אַ רײן האַרץ באַשאַף אין מיר, אָ אלֹקים,

און אַ פֿעסט גײַסט באַנײַ אין מיר.

אָ אֲדֹנָי, מײַנע ליפּן זאָלסטו עפֿענען,

און זאָל מײַן מױל דערצײלן דײַן לױב.

זײ האָבן געשריִען, און ה׳ האָט זײ צוגעהערט,

און פֿון אַלע זײערע צרות זײ מציל געװען.

איר זאָלט אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן,

אױף אַ מענטשנקינד װאָס נישטאָ בײַ אים קײן הילף.

גײט אױס זײַן אָטעם, קערט ער זיך אום צו זײַן שטױב;

אין יענעם טאָג גײען אונטער זײַנע טראַכטונגען.

בְּרֵאשִׁית

אין אָנהײב האָט אלֹקים באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד. און די ערד איז געװען װיסט און לײדיק, און פֿינצטערניש איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון תּהום, און דער גײַסט פֿון אלֹקים האָט געשװעבט אױפֿן געזיכט פֿון די װאַסערן.

אָבער עס איז רוּחַ אין מענטשן,

און דער אָטעם פֿון שַדַי װאָס מאַכט זײ פֿאַרשטאַנדיק.

אײדער די זילבערנע שנור װעט צעריסן װערן, און דער גילדערנער בעקן װעט צעהאַקט װערן, און דער קרוג װעט צעבראָכן װערן בײַם קװאַל, און דער ראָד פֿאַלט אַ צעהאַקטער אין ברונעם; און דער שטױב װעט זיך אומקערן צו דער ערד, װי געװען, און דער גײַסט װעט זיך אומקערן צו אלֹקים װאָס האָט אים געגעבן.

האָב איך אַ חלום געזען און ער האָט מיך דערשראָקן, און טראַכטענישן אױף מײַן געלעגער, און זעונגען פֿון מײַן קאָפּ האָבן מיך צעגרױלט. דערום איז פֿון מיר געגעבן געװאָרן אַ באַפֿעל, צו ברענגען פֿאַר מיר אַלע חכמים פֿון בָבֿל, אַז זײ זאָלן מיך מאַכן װיסן דעם פּיתרון פֿון דעם חלום.

Seja o primeiro