Lei
A lei de Deus é expressão do seu caráter e amor. Do Sinai ao Sermão do Monte, a lei orienta, protege e revela o padrão santo de Deus para a vida humana.
O propósito da lei
A lei de Deus revela o pecado e nos conduz a Cristo. Pela lei é que temos consciência do que é justo e do que é errado.
Amar e obedecer
O maior mandamento é amar a Deus e ao próximo. Toda a lei se resume nestes dois mandamentos, que são o fundamento de tudo.
Bênçãos da obediência à lei
Se andardes nos meus mandamentos, vivereis. A obediência à lei de Deus traz vida, paz e prosperidade espiritual.
און עס װעט זײַן, אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן צו טאָן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, װעט ה׳ דײַן ג-ט דיך שטעלן העכער איבער אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד.
װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט ליב צו האָבן ה׳ דײַן ג-ט, צו גײן אין זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן, כּדי זאָלסט לעבן און זיך מערן, און ה׳ דײַן ג-ט זאָל דיך בענטשן אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן.
און אַצונד, יִשׂרָאֵל, װאָס פֿאַרלאַנגט ה׳ דײַן ג-ט פֿון דיר? נאָר בלױז מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און אים ליב צו האָבן, און צו דינען ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל; צו היטן די געבאָט פֿון ה׳ און זײַנע געזעצן, װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט פֿון דײַן טוֹבֿה װעגן.
און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.
דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרעם דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן.
אָבער היט זײער צו טאָן דאָס געבאָט, און די תּורה, װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט אײַך געבאָטן, ליב צו האָבן ה׳ אלוקיכם, און צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים, און אים צו דינען מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל.
מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;
לאָז מיך נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט.
דעם דרך אמוּנה האָב איך אױסגעװײלט,
דײַנע משפּטים האָב איך געהאַלטן פֿאַר מיר.
אָבער דער חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿון אײביק ביז אײביק
אױף די װאָס פֿאָרכטן אים,
און זײַן גערעכטיקײט צו קינדס-קינדער;
צו די װאָס היטן זײַן ברית
און צו די װאָס געדענקען זײַנע באַפֿעלן זײ צו טאָן.
Lei e graça
A lei veio para nos guiar; a graça veio para nos salvar. Em Cristo, cumprimos a lei pelo amor — o fruto do Espírito não tem lei contra si.
מע האָט דיר אָנגעזאָגט, מענטש, װאָס איז גוט,
און װאָס ה׳ פֿאַרלאַנגט פֿון דיר:
נאָר בלױז טאָן גערעכטיקײט און ליב האָבן גענאָד,
און אומגײן שטיל פֿאַר דײַן ג-ט.
נאָר לאָז קװעלן װי װאַסער גערעכטיקײט,
און רעכטפֿאַרטיקײט װי אַ שטראָם אַ שטאַרקער.