Ler a Bíblia
Ler a Bíblia é essencial para a vida cristã. A Escritura é lâmpada para os pés, alimento para a alma e espada do Espírito. O cristão que lê a Bíblia é transformado pela Palavra.
A importância de ler
Meditar na Palavra dia e noite traz prosperidade e bom sucesso. Ler a Bíblia ilumina o entendimento e fortalece a fé.
דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרעם דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן.
אַ ליכט פֿאַר מײַן פֿוס איז דײַן װאָרט,
און אַ ליכטיקײט פֿאַר מײַן שטעג.
די אַנטפּלעקונג פֿון דײַנע װערטער מאַכט ליכטיק,
זי מאַכט פֿאַרשטאַנדיק דעם נאַרן.
װי ליב איך האָב דײַן תּורה!
אַ גאַנצן טאָג איז זי מײַן טראַכטונג.
קליגער פֿון מײַנע פֿײַנט מאַכן מיך דײַנע געבאָט,
װאָרעם זײ זײַנען אײביק בײַ מיר.
פֿון אַלע מײַנע לערער בין איך פֿאַרשטאַנדיקער,
װאָרעם דײַנע צײגנים זײַנען מײַן טראַכטונג.
מיט װאָס קען אַ יונגער מענטש האַלטן רײן זײַן װעג?
צו זײַן אָפּגעהיט לױט דײַן װאָרט.
מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;
לאָז מיך נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט.
אין מײַן האַרצן האָב איך באַהאַלטן דײַן װאָרט,
כּדי איך זאָל נישט זינדיקן צו דיר.
A Escritura é inspirada
Toda a Escritura é útil para ensinar, corrigir e instruir em justiça. Examine as Escrituras — nelas encontramos a vida eterna.
Estudar com diligência
Os bereanos eram mais nobres porque examinavam as Escrituras diariamente. O estudo dedicado da Bíblia produz maturidade espiritual.
װאָרעם עֶזְרָא האָט געקערט זײַן האַרץ צו פֿאָרשן ה׳ס תּורה, און צו טאָן, און צו לערנען אין יִשׂרָאֵל חוקים און געזעצן.
און זײ האָבן געלײענט פֿון דער תּורה פֿון האלֹקים קלאָר, און געמאַכט שׂכלדיק און געגעבן צו פֿאַרשטײן דאָס געלײענטע.
און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף. און זאָלסט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ קאָפּ-ציערונג צװישן דײַנע אױגן.
מײַן זון, אַז דו װעסט אָננעמען מײַנע װערטער,
און מײַנע געבאָט װעסטו באַהאַלטן בײַ זיך,
צוצולײגן צו חכמה דײַן אױער,
נײַגן דײַן האַרץ צו פֿאַרשטאַנדיקײט;
נאָר בלױז צום שׂכל װעסטו רופֿן,
צו פֿאַרשטאַנדיקײט אױפֿהײבן דײַן קֹול;
אַז דו װעסט זי זוכן װי זילבער,
און װי נאָך אוֹצרות זי פֿאָרשן;
דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן מורא פֿאַר ה׳,
און דערקענונג פֿון אלֹקים װעסטו געפֿינען.
װאָרעם ה׳ שענקט חכמה,
פֿון זײַן מױל איז װיסן און פֿאַרשטאַנדיקײט.