Pular para o conteúdo
Publicidade

Ouvir

Por Bíblia Online

Ouvir é uma disciplina espiritual essencial. A Bíblia exorta: 'Quem tem ouvidos, ouça.' A fé vem pelo ouvir, e ouvir é mais que escutar — é obedecer e agir.

A fé vem pelo ouvir

Sem ouvir a Palavra, não há fé. A pregação do evangelho gera fé nos corações de quem ouve com disposição e humildade.

Ouvir e obedecer

Não basta ouvir — é preciso praticar. Quem ouve a Palavra e a pratica é como o homem sábio que edificou sobre a rocha.

Deus ouve nossas orações

O Senhor ouve os que clamam a Ele de coração sincero. Ele inclina os ouvidos para as nossas súplicas e responde com fidelidade.

איך ליב ה׳

װײַל ער האט געהערט מײַן קֹול און מײַנע געבעטן.

װײַל ער האָט גענײגט זײַן אױער צו מיר,

דערום אין מײַנע טעג װעל איך אים רופֿן.

שטריק פֿון אונטערערד האָבן מיך אַרומגעקניפּט,

אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט.

קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס,

זוך שלום און יאָג זיך נאָך אים.

האָרך צום קֹול פֿון מײַן געשרײ, מײַן קיניג און מײַן ג-ט,

װאָרעם צו דיר טו איך בעטן.

אמת באַגערסטו דאָך אין די נירן,

טאָ לערן מיך חכמה װוּ עס איז פֿאַרהױלן.

לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד,

װאָרעם אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט.

לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן,

װאָרעם צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל.

און איר װעט מיך רופֿן, און איר װעט גײן און װעט מתפּלל זײַן צו מיר, און איך װעל צוהערן צו אײַך.

רוף מיך, און איך װעל דיר ענטפֿערן, און איך װעל דיר דערצײלן גרױסע זאַכן, און פֿאַרבאָרגענע װאָס דו װײסט נישט.

זעט, די האַנט פֿון ה׳ איז נישט קורץ צו העלפֿן,

און זײַן אױער איז נישט שװער צו הערן;

Ouvir a voz de Deus

Jesus disse: 'As minhas ovelhas ouvem a minha voz.' Deus fala através da Palavra, do Espírito e das circunstâncias — cabe a nós ouvir.

זאָלסטו נישט צוהערן צו די װערטער פֿון יענעם נבֿיא, אָדער יענעם חלומער פֿון חלומות, װאָרעם דאָס פּרוּװט אײַך ה׳ אלוקיכם, כּדי צו װיסן אױב איר האָט ליב ה׳ אלוקיכם מיט אײַער גאַנצן האַרצן און מיט אײַער גאַנצער זעל.

Sabedoria no ouvir

Seja pronto para ouvir e tardio para falar. A sabedoria começa com a disposição de ouvir instrução e aceitar correção.

דער װאָס ענטפֿערט אַ זאַך אײדער ער האָט אױסגעהערט,

איז דאָס פֿון אים אַ נאַרישקײט און אַ שאַנד.

דער װאָס אַכט אױף דעם װאָרט, װעט געפֿינען גוטס,

און דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, אַז װױל איז צו אים!

היט, מײַן זון, דאָס געבאָט פֿון דײַן פֿאָטער,

און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער.

אױפֿן װעג פֿון לעבן איז דער װאָס אַכט אױף מוסר,

און דער װאָס פֿאַרלאָזט שטראָפֿרײד פֿאַרבלאָנדזשעט.

דער װאָס קערט אָפּ זײַן אױער פֿון צו הערן די לערנונג,

איז אַפֿילו זײַן תּפֿילה אַן אומװערדיקײט.

בעסער צו הערן דעם אָנגעשרײ פֿון אַ קלוגן,

אײדער מע זאָל הערן דאָס לױב-געזאַנג פֿון נאַרן.

אַלע זאַכן װערן מיד,

קײן מענטש קען עס נישט אַרױסרעדן;

דאָס אױג קען זיך נישט אָנקוקן זאַט,

און דאָס אױער קען זיך נישט אָנהערן פֿול.

און אױב איר װעט גײן מיר דערװידער, און װעט נישט װעלן צוהערן צו מיר, װעל איך זיבן מאָל מערן אױף אײַך שלעק, לױט אײַערע זינד.

אױב איר װעט נישט צוהערן,

און אױב איר װעט נישט אַרײַננעמען אין האַרצן,

צו געבן כּבֿוד צו מײַן נאָמען,

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,

װעל איך אָנשיקן אױף אײַך אַ קללה,

און איך װעל פֿאַרשילטן אײַערע גערעטענישן,

יאָ, איך טו זײ פֿאַרשילטן,

װײַל איר נעמט נישט צום האַרצן.

ערשט װען איך רעד מיט דיר, װעל איך עפֿענען דײַן מױל; און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דער װאָס װיל הערן, זאָל הערן, און דער װאָס װיל פֿאַרװאַרפֿן, זאָל פֿאַרמײַדן; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ.

זע, טעג קומען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳,

און איך װעל שיקן אַ הונגער אין לאַנד,

נישט אַ הונגער נאָך ברױט, און נישט אַ דאָרשט נאָך װאַסער,

נײַערט צו הערן די װערטער פֿון ג-ט.

האָט יְהוֹשועַ געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: גענענט אַהער, און הערט די װערטער פֿון ה׳ אלוקיכם.

האָט זיך יִתרוֹ געפֿרײט איבער אַלעם גוטן װאָס ה׳ האָט געטאָן צו יִשׂרָאֵל, װאָס ער האָט זײ מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם.

װאָרעם אַרומגערינגלט האָבן מיך װעלן פֿון טױט,

טײַכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן;

שטריק פֿון שְׁאֹול האָבן מיך אַרומגענומען,

אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט.

האָב איך אין מײַן נױט גערופֿן צו ה׳,

יאָ, צו מײַן ג-ט האָב איך גערופֿן,

און ער האָט געהערט פֿון זײַן הֵיכל מײַן קֹול,

און מײַן געשרײ אין זײַנע אױערן.

Seja o primeiro