Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 5

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער אױף נחילות; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 פֿאַרנעם מײַנע װערטער, ה׳.

מערק מײַן זיפֿצעניש.

3 האָרך צום קֹול פֿון מײַן געשרײ, מײַן קיניג און מײַן ג-ט,

װאָרעם צו דיר טו איך בעטן.

4 ה׳, פֿרימאָרגנס הער צו מײַן קֹול,

פֿרימאָרגנס טענה איך צו דיר, און קוק אױס.

5 װאָרעם נישט אַן אֵל װאָס װיל אומרעכט ביסטו,

בײַ דיר קען נישט װײַלן קײן שלעכטס.

6 פּראָלער קענען נישט שטײן פֿאַר דײַנע אױגן,

האָסט פֿײַנט אַלע טוער פֿון אומרעכט.

7 ברענגסט אונטער די װאָס רעדן ליגן;

דעם מאַן פֿון בלוט און באַטרוג פֿאַראומװערדיקט ה׳.

8 אָבער איך װעל קומען

אין דײַן הױז דורך דײַן גרױס גענאָד,

איך װעל מיך בוקן אין דײַן הײליקן הֵיכל

צװישן דײַנע פֿאָרכטער.

9 ה׳, פֿיר מיך אין דײַן גערעכטיקײט

פֿון װעגן מײַנע לױערער,

מאַך גלײַך דײַן װעג פֿאַר מיר.

10 װאָרעם נישטאָ אין זײער מױל קײן ריכטיקײט,

זײער אינגעװײד איז אַן אונטערגאַנג,

אַן אָפֿענער קבֿר איז זײער קעל;

זײער צונג מאַכן זײ גלאַט.

11 פֿאַרמשפּט זײ אלֹקים,

זאָלן זײ פֿאַלן דורך זײערע באַראָטן;

פֿאַרשטױס זײ פֿאַר זײערע פֿיל פֿאַרברעכן,

װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן דיר.

12 און אַלע װאָס שיצן זיך אין דיר, װעלן זיך פֿרײען,

אײביק װעלן זײ זינגען, װאָרעם װעסט זײ באַשירעמען,

און די ליבהאָבער פֿון דײַן נאָמען

װעלן זײַן לוסטיק מיט דיר.

13 װאָרעם דו בענטשסט דעם צדיק, ה׳,

װי אַ שילד מיט גוטװיליקײט רינגלסטו אים אַרום.

Veja também