Promessas
As promessas de Deus são firmes e verdadeiras. Nenhuma delas jamais falhou. A Bíblia é um livro de promessas — de amor, proteção, provisão e vida eterna para os que creem.
A fidelidade de Deus
De todas as boas promessas que o Senhor fez, nenhuma falhou. Ele é fiel para cumprir tudo o que prometeu desde a eternidade.
און אָט גײ איך די טעג אױף דעם װעג פֿון דער גאַנצער ערד; דערום זאָלט איר װיסן מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל, אַז נישט אַן אײנציק װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון די אַלע גוטע צוזאָגן װאָס ה׳ אלוקיכם האָט צוגעזאָגט װעגן אײַך; אַלע זײַנען אײַך אָנגעקומען; נישט אַן אײנציק װאָרט דערפֿון איז אָפּגעפֿאַלן.
דערום זאָלסטו װיסן זײַן אַז ה׳ דײַן ג-ט, ער איז האלֹקים, דער געטרײַער אֵל װאָס היט דעם ברית און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב, און צו די װאָס היטן זײַנע געבאָט, ביז טױזנט דורות,
Promessas de cuidado e proteção
Deus prometeu estar conosco nas águas e no fogo, fortalecer-nos e nos segurar com a destra da sua justiça. Nada nos separará do seu amor.
זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך בין מיט דיר,
זאָלסט זיך נישט אומקוקן, װאָרעם איך בין דײַן ג-ט;
איך שטאַרק דיך און איך העלף דיך,
און איך לען דיך אונטער מיט דער רעכטער האַנט פֿון מײַן גערעכטיקײט.
אַז דו װעסט גײן דורך װאַסער, בין איך מיט דיר,
און אַז דורך טײַכן, װעלן זײ דיך נישט פֿאַרפֿלײצן;
און דו װעסט גײן דורך פֿײַער, װעסטו נישט אָנגעברענט װערן,
און קײן פֿלאַם װעט דיך נישט אָנצינדן.
אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,
זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;
זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,
זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.
װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג.
Promessas de salvação e vida eterna
A promessa suprema de Deus é a vida eterna em Cristo. Quem crê no Filho tem a vida eterna e a certeza da ressurreição.
Aliança inabalável
Desde a aliança com Noé até a nova aliança em Cristo, Deus sempre cumpre sua Palavra. Ele nos restaura e nos aperfeiçoa pela graça.
און איך װעל באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און עס װעלן מער נישט פֿאַרשניטן װערן אַלע לײַבער פֿון אַ מבול-געװיסער, און עס װעט מער נישט זײַן קײן מבול אומצוברענגען די ערד.
מײַן בױגן האָב איך אַרײַנגעטאָן אין װאָלקן, און ער װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון ברית צװישן מיר און צװישן דער ערד.