Pular para o conteúdo
Publicidade

Sonhos

Por Bíblia Online

Sonhos aparecem em toda a Bíblia como meio de revelação divina. Deus falou através de sonhos a patriarcas, profetas e servos, mas também alertou contra falsos sonhadores.

Sonhos como revelação divina

Deus usou sonhos para comunicar sua vontade a homens e mulheres ao longo da história bíblica, revelando caminhos e mistérios.

און ער האָט געזאָגט: הערט אַקאָרשט צו מײַנע װערטער: אַז אַ נבֿיא איז דאָ בײַ אײַך, טו איך, ה׳, אין אַ זעונג זיך דערקענען צו אים; אין אַ חלום רעד איך מיט אים.

און די דאָזיקע פֿיר ייִנגלעך, זײ האָט האלֹקים געגעבן קענשאַפֿט און פֿאַרשטאַנדיקײט אין אַלערלײ ספֿרים און חכמה; און דָניאֵל האָט פֿאַרשטאַנען יעטװעדער זעונג און חלומות.

האָט דער מלך זיך אָפּגערופֿן צו דָניאֵלן װאָס זײַן נאָמען איז געװען בלטשאַצַר: קענסטו מיך מאַכן װיסן דעם חלום װאָס איך האָב געזען, און זײַן פּיתרון? האָט געענטפֿערט דָניאֵל פֿאַר דעם מלך, און האָט געזאָגט: דעם סָוד װאָס דער מלך פֿאַרלאַנגט קענען קײן חכמים, צױבערשפּרעכער, חַרטומים, שטערנזעער, דעם מלך נישט זאָגן. אָבער פֿאַראַן אַ ג-ט אין הימל װאָס אַנטפּלעקט סוֹדות, און ער האָט געלאָזט װיסן דעם מלך נבֿוכַדנֶצַר װאָס װעט געשען אין די לעצטע טעג. דײַן חלום, און די זעונגען פֿון דײַן קאָפּ אױף דײַן געלעגער, זײַנען אָט-װאָס:

Sonhos na história da Bíblia

De José no Egito a José pai de Jesus, Deus guiou a história da salvação através de sonhos, protegendo e dirigindo seu povo.

האָבן זײ צו אים געזאָגט: אונדז האָט זיך געחלומט אַ חלום, און נישטאָ װער זאָל אים פּותר זײַן. האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט: פּיתרונים זײַנען דאָך פֿון אלֹקים; דערצײלט מיר, איך בעט אײַך.

האָט פַּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן: מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום, און נישטאָ װער זאָל אים פּותר זײַן; און איך האָב געהערט זאָגן אױף דיר, אַז דו פֿאַרשטײסט אַ חלום, אים פּותר צו זײַן.

האָט יוֹסף געענטפֿערט פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: נישט איך, אלֹקים װעט באַשײדן דעם פֿריד פֿון פַּרעהן.

אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.

אַז ה׳ האָט אומגעקערט די אומקערונג פֿון צִיוֹן,

זײַנען מיר געװען װי אין חלום.

Sabedoria sobre sonhos

A Bíblia ensina discernimento: nem todo sonho vem de Deus. Devemos entregar nossos planos ao Senhor e confiar na direção dele.

לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף ה׳,

און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.

פֿיל מחשבֿות זײַנען אין מענטשנס האַרצן,

אָבער ה׳ס באַראָט, ער װעט באַשטײן.

אַל דאָס װאָרט װאָס איך באַפֿעל אײַך, דאָס זאָלט איר היטן צו טאָן; זאָלסט נישט צולײגן דערצו, און זאָלסט נישט מינערן דערפֿון.

אַז צװישן דיר װעט אױפֿשטײן אַ נבֿיא, אָדער אַ חלומער פֿון חלומות, און ער װעט דיר געבן אַ צײכן אָדער אַ װוּנדער און דער צײכן און דאָס װוּנדער װאָס ער האָט דיר פֿאַרױסגעזאָגט, װעט אָנקומען אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן נאָך פֿרעמדע ג-טער װאָס דו קענסט נישט און לאָמיר זײ דינען; זאָלסטו נישט צוהערן צו די װערטער פֿון יענעם נבֿיא, אָדער יענעם חלומער פֿון חלומות, װאָרעם דאָס פּרוּװט אײַך ה׳ אלוקיכם, כּדי צו װיסן אױב איר האָט ליב ה׳ אלוקיכם מיט אײַער גאַנצן האַרצן און מיט אײַער גאַנצער זעל.

איך האָב געהערט װאָס די נבֿיאים זאָגן, די װאָס זאָגן נבֿיאות אין מײַן נאָמען ליגן, אַזױ צו זאָגן: מיר האָט זיך געחלומט, מיר האָט זיך געחלומט! ביז װאַנען נאָך? איז דען אין האַרצן פֿון די נבֿיאים װאָס זאָגן נבֿיאות ליגן, און די נבֿיאים פֿון דעם באַטרוג פֿון זײער האַרצן

זע, איך קום אױף די װאָס זאָגן נבֿיאות פֿאַלשע חלומות, זאָגט ה׳, און דערצײלן זײ, און פֿאַרפֿירן מײַן פֿאָלק מיט זײערע שקָרים און מיט זײער לױזגעלאָזטקײט, װען איך האָב זײ נישט געשיקט און זײ נישט באַפֿױלן; און נוצן נוצן זײ נישט דעם דאָזיקן פֿאָלק, זאָגט ה׳.

אַז דו ביסט מנדר אַ נדר צו אלֹקים, זאָלסטו זיך נישט שפּעטיקן אים צו באַצאָלן, װאָרעם ער האָט נישט ליב נאַרן; װאָס דו ביסט מנדר, באַצאָל.

אַז דו זעסט די דריקונג פֿון דעם אָרעמאַן, און די באַרױבונג פֿון רעכט און גערעכטיקײט אין דער מדינה, זאָלסטו זיך נישט װוּנדערן אױף דער זאַך, װאָרעם איבער דעם הױכן גיט אַכטונג אַ העכערער, און נאָך העכערע איבער זײ.

Seja o primeiro