Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 126

1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.

אַז ה׳ האָט אומגעקערט די אומקערונג פֿון צִיוֹן,

זײַנען מיר געװען װי אין חלום.

2 דענצמאָל איז פֿול געװאָרן אונדזער מױל מיט געלעכטער,

און אונדזער צונג מיט געזאַנג;

דענצמאָל האָט מען געזאָגט צװישן די פֿעלקער:

גרױס געטאָן האָט ה׳ מיט די דאָזיקע.

3 גרױס געטאָן האָט ה׳ מיט אונדז,

מיר זײַנען דערפֿרײט געװאָרן.

4 ברענג צוריק, ה׳, אונדזער געפֿאַנגענשאַפֿט,

װי שטראָמען אין טרוקענעם לאַנד.

5 די װאָס זײען מיט טרערן,

זאָלן שנײַדן מיט געזאַנג.

6 גײן גײט און װײנט

דער װאָס טראָגט דעם אױסשיט פֿון זריעה,

אָבער קומען זאָל קומען מיט געזאַנג

דער װאָס טראָגט זײַנע גאַרבן.

Veja também