Sobre ter filhos
Filhos são uma dádiva do Senhor, uma herança que Deus confia aos pais. A Bíblia celebra a maternidade e a paternidade como vocações sagradas e fontes de bênção.
Filhos: herança do Senhor
A Escritura declara que os filhos são bênção de Deus. Cada criança é um presente precioso confiado aos pais para ser cuidado com amor.
זע, די אַרב פֿון ה׳ זײַנען קינדער,
דער *שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב.
װי פֿײַלן אין דער האַנט פֿון גיבור,
אַזױ זײַנען קינדער פֿון דער יוגנט.
װױל צו דעם מאַן
װאָס האָט אָנגעפֿילט זײַן פֿײַלבײַטל מיט זײ!
זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן,
אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿײַנט אין טױער.
דײַן װײַב װי אַ פֿרוכטיקער װײַנשטאָק,
אין די װינקלען פֿון דײַן הױז;
דײַנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן,
רונד אַרום דײַן טיש.
ער מאַכט די עקרה זיצן אין הױז
אַ פֿרײלעכע מוטער פֿון קינדער.
הַלְלוּ יָהּ.
און אלֹקים האָט זײ געבענטשט, און אלֹקים האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד, און באַצװינגט זי, און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד.
Instruir nos caminhos de Deus
A Bíblia orienta os pais a instruir seus filhos nos caminhos do Senhor desde cedo, com dedicação, disciplina e exemplo.
געװײנען דעם ייִנגל אױף זײַן װעג;
אַפֿילו אַז ער װעט אַלט װערן, װעט ער זיך נישט אָפּקערן דערפֿון.
און איר זאָלט אַרײַנטאָן מײַנע דאָזיקע װערטער אין אײַער האַרצן, און אין אײַער זעל, און איר זאָלט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף אײַער האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ קאָפּ-ציערונג צװישן אײַערע אױגן. און איר זאָלט זײ לערנען אײַערע קינדער, רעדנדיק דערפֿון װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.
שטראָף דײַן זון, און ער װעט דיר אָנטאָן נַחַת,
און געבן תּענוג צו דײַן זעל.
Cada vida é preciosa
Deus conhece e forma cada criança no ventre. Antes de nascer, Ele já nos separou e preparou um propósito para cada vida.
אײדער איך האָב דיך אין מוטערלײַב געפֿורעמט,
האָב איך דיר דערקענט,
און אײדער דו ביסט פֿון טראַכט אַרױס,
האָב איך דיך געהײליקט;
אַ נבֿיא פֿאַר די פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט.
װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן מײַנע נירן,
האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.
איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;
װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,
און מײַן זעל װײס דאָס װױל.
נישט פֿאַרהױלן איז געװען מײַן געבײן פֿאַר דיר,
װען איך בין געמאַכט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש,
געשטריקט געװאָרן אין טיפֿענישן פֿון דער ערד.
ה׳ אונדזער האַר,
װי פּראַכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד,
אַז דער לױב פֿון דײַן גלאַנץ איז איבער די הימלען!