Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 8

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 ה׳ אונדזער האַר,

װי פּראַכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד,

אַז דער לױב פֿון דײַן גלאַנץ איז איבער די הימלען!

3 פֿון דעם מױל פֿון עופֿעלעך און זױגעדיקע

האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן מאַכט;

פֿון װעגן דײַנע פֿײַנט

כּדי שטיל צו מאַכן דעם שׂונא און ראַכענעמער.

4 אַז איך זע די הימלען, דאָס װערק פֿון דײַנע פֿינגער,

די לבֿנה און שטערן װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט

5 װאָס איז אַ מענטש, אַז דו זאָלסט אים געדענקען?

און אַ מענטשנקינד, אַז דו זאָלסט אים דערמאָנען?

6 װאָרעם האָסט אים געמאַכט שיר נישט מינער פֿון אלֹקים,

און מיט כּבֿוד און שײנקײט באַקרײנסטו אים.

7 מאַכסט אים געװעלטיקן איבער די װערק פֿון דײַנע הענט,

אַלצדינג האָסטו געלײגט אונטער זײַנע פֿיס;

8 שאָף און רינדער אַלע,

און אַפֿילו חיות פֿון פֿעלד;

9 דעם פֿױגל פֿון הימל, און די פֿישן פֿון ים

װאָס נאָר עס ציט דורך די שטעגן פֿון ימען.

10 ה׳ אונדזער האַר,

װי פּראַכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד!

Veja também