Agradecimento a Deus
Agradecer a Deus é louvor, adoração e reconhecimento da sua soberania. Dai graças ao Senhor porque Ele é bom — a sua misericórdia dura para sempre!
לאָמיר קומען פֿאַר זײַן פּנים מיט דאַנק,
מיט געזאַנגען לאָמיר שאַלן צו אים.
קומט אין זײַנע טױערן מיט דאַנק,
אין זײַנע הױפֿן מיט לױב;
גיט אַ דאַנק צו אים, בענטשט זײַן נאָמען.
הַלְלוּ יָהּ.
גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
מײַן ג-ט ביסטו, און איך װעל דיר דאַנקען;
מײַן ג-ט – װעל איך דיך דערהײבן.
זינגט צו ה׳ מיט לױב-געזאַנג,
שפּילט צו אלוקינו אױף דער האַרף.
אָבער איך בין אָרים און צעװײטאָקט,
זאָל דײַן הילף, אלֹקים, מיך דערהײכן.
ה׳ איז מײַן שטאַרקײט און מײַן שילד,
אױף אים האָט זיך פֿאַרזיכערט מײַן האַרץ,
און איך בין געהאָלפֿן געװאָרן.
דערום איז לוסטיק מײַן האַרץ,
און מיט מײַן געזאַנג טו איך אים דאַנקען.
און אַצונד, אלוקינו, דאַנקען מיר דיר, און לױבן דײַן פּראַכטיקן נאָמען.