1 פֿון דָוִדן.
צו דיר, ה׳, טו איך רופֿן; מײַן פֿעלדז,
זאָלסט נישט טױב זײַן צו מיר,
װאָרעם אַז דו װעסט שװײַגן צו מיר,
װעל איך זײַן געגליכן צו די גענידערטע אין גרוב.
2 הער דעם קֹול פֿון מײַן געבעט, אַז איך שרײַ צו דיר,
אַז איך הײב אױף מײַנע הענט
צו דײַן הײליקן הֵיכל.
3 זאָלסט מיך נישט אַװעקציִען מיט די רשעים,
און מיט די טוער פֿון אומרעכט,
װאָס רעדן שלום מיט זײערע חבֿרים,
און בײז איז אין זײער האַרצן.
4 גיב זײ לױט זײער װערק,
און לױט דער שלעכטיקײט פֿון זײערע מעשׂים;
לױט דער טוּונג פֿון זײערע הענט גיב זײ,
קער זײ אום זײער פֿאַרגעלטונג.
5 װײַל זײ אַכטן נישט אױף די װערק פֿון ה׳,
און אױף דער טוּונג פֿון זײַנע הענט,
װעט ער זײ צעשטערן און זײ נישט אױפֿבױען.
6 ברוך ה׳,
װאָרן ער האָט געהערט דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.
7 ה׳ איז מײַן שטאַרקײט און מײַן שילד,
אױף אים האָט זיך פֿאַרזיכערט מײַן האַרץ,
און איך בין געהאָלפֿן געװאָרן.
דערום איז לוסטיק מײַן האַרץ,
און מיט מײַן געזאַנג טו איך אים דאַנקען.
8 ה׳ איז זײ אַ שטאַרקײט,
און אַ פֿעסטונג פֿון הילף איז ער זײַן געזאַלבטן.
9 העלף דײַן פֿאָלק, און בענטש דײַן אַרב,
און פֿיטער זײ, און טראָג זײ אױף אײביק.