Agradecimento pela família
Agradecer pela família é reconhecer a bênção mais preciosa que Deus nos concede. Os filhos são herança do Senhor — cada membro da família é presente divino a ser celebrado.
זע, די אַרב פֿון ה׳ זײַנען קינדער,
דער *שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב.
װי פֿײַלן אין דער האַנט פֿון גיבור,
אַזױ זײַנען קינדער פֿון דער יוגנט.
װױל צו דעם מאַן
װאָס האָט אָנגעפֿילט זײַן פֿײַלבײַטל מיט זײ!
זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן,
אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿײַנט אין טױער.
פֿון דָוִדן.
לױב, מײַן זעל, ה׳,
און אַלע מײַנע אינגעװײד, זײַן הײליקן נאָמען.
לױב ה׳, מײַן זעל,
און זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אַלע זײַנע טובֿות;
װעלן מיר נישט פֿאַרהױלן פֿון זײערע קינדער;
דערצײלנדיק דעם שפּעטערדיקן דור
די לױבן פֿון ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן.
די קרױן פֿון אַלטע לײַט זײַנען קינדס-קינדער,
און די צירונג פֿון קינדער זײַנען זײערע עלטערן.
אױף דעם דאָזיקן ייִנגל האָב איך מתפּלל געװען, און ה׳ האָט מיר געשאָנקען מײַן בקשה װאָס איך האָב געבעטן פֿון אים.
גיט צו ה׳, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער,
גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט.
האָבן די װײַבער געזאָגט צו נָעמין: ברוך ה׳ װאָס ער האָט דיך הײַנט נישט געלאָזן אָן אַן אױסלײזער, און זאָל זײַן נאָמען זײַן באַרופֿן אין יִשׂרָאֵל! און ער זאָל דיר זײַן פֿאַר אַ דערקװיקער פֿון דער זעל, און אױף אױסצוהאַלטן דײַן עלטער װאָרעם דײַן שנור װאָס האָט דיך ליב, האָט אים געבאָרן, װאָס זי איז דיר בעסער װי זיבן זין.
דער לעבעדיקער, דער לעבעדיקער,
ער טוט דיך לױבן, אַזױ װי איך הײַנט;
אַ פֿאָטער מאַכט װיסן די קינדער דײַן אמת.