Ajuda
Deus é nosso auxílio e socorro em todo tempo. Ele não dorme nem cochila. O Senhor é nosso ajudador — não precisamos temer o que o homem possa nos fazer.
מײַן הילף איז פֿון ה׳,
דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.
אלֹקים, הער צו מײַן תּפֿילה,
פֿאַרנעם די װערטער פֿון מײַן מױל.
אָבער די הילף פֿון די צדיקים איז פֿון ה׳,
זײער פֿעסטונג אין צײַט פֿון נױט.
און ה׳ שטײט זײ בײַ, און מאַכט זײ אַנטרינען,
ער מאַכט זײ אַנטרינען פֿון די רשעים, און העלפֿט זײ,
װײַל זײ האָבן זיך געשיצט אין אים.
נישט פֿאַרלאָזן זאָלסטו מיך, ה׳,
נישט דערװײַטערן זאָלסטו זיך פֿון מיר, מײַן ג-ט.
שטײ אונדז בײַ, אלֹקים פֿון אונדזער הילף,
צוליב דעם כּבֿוד פֿון דײַן נאָמען,
און זײַ אונדז מציל, און זײַ מכַפּר אױף אונדזערע זינד,
פֿון װעגן דײַן נאָמען.
ברוך ה׳,
װאָרן ער האָט געהערט דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.
ה׳ איז מײַן שטאַרקײט און מײַן שילד,
אױף אים האָט זיך פֿאַרזיכערט מײַן האַרץ,
און איך בין געהאָלפֿן געװאָרן.
דערום איז לוסטיק מײַן האַרץ,
און מיט מײַן געזאַנג טו איך אים דאַנקען.
װען נישט ה׳ װאָלט מיר אַ הילף געװען,
װאָלט שיר גערוט אין שטילן קבֿר מײַן זעל.
װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט
װאָס האַלט דײַן רעכטע האַנט,
דער װאָס זאָגט צו דיר:
זאָלסט נישט מורא האָבן, איך העלף דיך.
און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף,
און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן.
פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,
און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.
אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,
און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.