Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 54

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן, 2 װען די זיפֿער זײַנען געקומען, און האָבן געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָר, דָוִד באַהאַלט זיך בײַ אונדז.

3 אלֹקים, מיט דײַן נאָמען טו מיך העלפֿן,

און מיט דײַן גבֿורה זאָלסטו זיך אָננעמען פֿאַר מיר.

4 אלֹקים, הער צו מײַן תּפֿילה,

פֿאַרנעם די װערטער פֿון מײַן מױל.

5 װאָרעם פֿרעמדע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר,

און געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן;

זײ האַלטן נישט אלֹקים אַנטקעגן זיך.

סֶלָה.

6 זע, אלֹקים איז מיר אַ העלפֿער,

אֲדֹנָי איז דער אונטערלענער פֿון מײַן נפֿש.

7 זאָל ער אומקערן דאָס בײז אױף מײַנע לױערער;

אין דײַן טרײַשאַפֿט פֿאַרשנײַד זײ.

8 מיט װיליקײט װעל איך שלאַכטן צו דיר,

װעל לױבן דײַן נאָמען, ה׳, װאָרעם ער איז גוט.

9 װאָרעם פֿון יעטװעדער צרה האָט ער מיך מציל געװען,

און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע פֿײַנט.

Veja também