Pular para o conteúdo
Publicidade

Alma

Por Bíblia Online

A alma é a parte mais íntima do ser humano — sede da vida, dos afetos e do encontro com Deus. A Bíblia convida a cuidar da alma com zelo e a aquietá-la diante do Senhor.

A alma diante de Deus

Bendize ao Senhor, ó minha alma! A alma suspira por Deus como a corça suspira pelas águas — com sede de eternidade.

פֿון דָוִדן.

לױב, מײַן זעל, ה׳,

און אַלע מײַנע אינגעװײד, זײַן הײליקן נאָמען.

אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער מדבר פֿון יהוּדה.

מיט רציחה אַזש אין מײַנע בײנער

לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט,

אַז זײ זאָגן צו מיר אַ גאַנצן טאָג:

װוּ איז דײַן ג-ט?

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

איך האָב געהאָפֿט אױף ה׳,

געהאָפֿט האָט מײַן זעל,

און אױף זײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.

מײַנע ליפּן װעלן זינגען,

אַז איך װעל שפּילן צו דיר,

און מײַן זעל װאָס דו האָסט אױסגעלײזט.

פֿון עק פֿון די הימלען איז זײַן אױסגאַנג,

און זײַן אַרומדרײ איז ביז זײערע עקן,

און נישטאָ קײן פֿאַרבאָרגנס פֿון זײַן היץ.

װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן מײַנע נירן,

האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.

איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;

װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,

און מײַן זעל װײס דאָס װױל.

ה׳, זײַ מציל מײַן זעל פֿון דער ליפּ פֿון ליגן,

פֿון דער צונג פֿון באַטרוג.

Cuidar da alma

Que aproveita ao homem ganhar o mundo inteiro e perder a sua alma? Buscar a Deus de toda alma é o caminho da vida.

און איר װעט זוכן פֿון דאָרטן ה׳ אלוקיכם; און װעסט אים געפֿינען, אַז דו װעסט אים זוכן מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל.

אָבער היט זײער צו טאָן דאָס געבאָט, און די תּורה, װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט אײַך געבאָטן, ליב צו האָבן ה׳ אלוקיכם, און צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים, און אים צו דינען מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל.

און אָט גײ איך די טעג אױף דעם װעג פֿון דער גאַנצער ערד; דערום זאָלט איר װיסן מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל, אַז נישט אַן אײנציק װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון די אַלע גוטע צוזאָגן װאָס ה׳ אלוקיכם האָט צוגעזאָגט װעגן אײַך; אַלע זײַנען אײַך אָנגעקומען; נישט אַן אײנציק װאָרט דערפֿון איז אָפּגעפֿאַלן.

און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן.

אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

שטײט אױף די װעגן און זעט,

און פֿרעגט אױף די אַלטע שטעגן,

װוּ איז דער װעג צום גוטן, און גײט אױף אים,

און געפֿינט אַן אָפּרו פֿאַר אײַער זעל.

אָבער זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן נישט גײן.

האָניקזאַפֿט זײַנען ליבלעכע רײד,

זיס פֿאַר דער זעל, און אַ הײלונג פֿאַרן געבײן.

Seja o primeiro